בלאט 1 פון 1

Monsey or Lakewood

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:17 pm
דורך ארבעס
איז דא איינע וואס קען פליז ערקלערן די געגענטער אין מאנסי אין לעיקוואד וואס א אלגעמיינע וויליאמסבארגער בארא פארקער אינגערמאן קען זיך אריבער ציען?
ווען מען הייבט אהן זיכען ווערט מען צימישט אין מיואש.

ביטע, unbiased איפארמאציע.

אויך. ווי איז גרינגע מיט מוסדות?

ווי פייניגט מען נישט די פרויען?

ווי קען מען אויפציען ערליכע קינדער? אין ברוקלין איז כולו עלמא מודי אז איז נישט די בעסטע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:20 pm
דורך איך אויך
פארוואס נישט? איך קען זייער אסאך בארא פארקע פיינע ערצויגענע קינדער און עדאלטס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:29 pm
דורך ארבעס
איך צי צוריק. איך וויל איפארמאציע פין לעיקוואד מאנסי.
איים סארי פאר בארעדן הייליגען וו-ברג אין ב-פ. לשיטתי איז א אינגערמאן מידעל קלאס האט נישט קיין עתיד אין ברוקלין אין איך פארשטיי נישט וואס מען האט דא פארלוירען. נישט עפארדעבעל. גאסען שטינקען פין מיסט. פארקען איז א גיהנום. . מען זעהט דאס מערסטע תועבות אין שטאט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
לפי ידיעתי, ביידע זענען שווער מיט מוסדות. לעיקוואד זאגט מען איז אויך טייערער שכ"ל. אבער הייזער/דירה געלט אביסל ביליגער. ביידע פייניגט מען היבש די פרויען.
ביידע קען מען אויפציען ערליכע קינדער, עס ווענדט זיך בעיקר ווי אזוי מען פירט דעם שטוב און מיט וועלכע חברים די קינדער דרייען זיך, והרבה חברותא עושה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:40 pm
דורך ארבעס
אין לעיקוואד האב איך געמיינט וויבאלט על פי רוב גייט מען נישט פיער אינטשעס איז א חסידישע וואס איז קיהל געפינט זיך דאס מקום. מצד שני האב איך געהערט אז די מוסדות האבען נאר איין תקנה. Just make sure to pay tuition.
איז שכ״ל טייערע אין לעיקוואד ווי אין מאנסי?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:52 pm
דורך Sapir
איך וויל אויך שטארק וויסען וועגען געגענטן
Which neighborhood in Monsey is good for a chasidhishe yungerman, there are so many,

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 7:28 am
דורך איך אויך
Because there are so many types of 'chasidishe yingerman'.

Like: not cool at all, 10 % cool, semi-cool, wife is cool he isn’t, vice versa, cool only on weekdays, cool only on shabbos, half-way cool, mostly cool, fully cool, super cool etc.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:00 pm
דורך ערליכער איד
איך בין געווען דעים זומער א שבת אין מאנסי אין די נייע טשעסנאט רידזש געגענט, וואס זאל איך ענק זאגען עס איז געווען א שבת צום געדענקן,
עס איז א הערליכע שיינע פלאץ, איעדעיר איינער האט דארט כמעט א איקער גרויס פראפערטי,
דאווענען דאווענט מען דארט אין קערעסטיר שול דער רב איז דארט הרב קרויס א איידעם ביים תולדות אברהם יצחק רבי'ן עס איז געווען א פיל ביהמ״ד (30-40 מענטשען) בעיקר היימישע אינגעלייט, אויך אפאר קנייטש היטן,א פיינע ווארעמע דאווענען,

איך כהאב געכאפט א שמיעס מיטן עולם ווער איך געוואר אז איעדער האט קוים אריינגעמופט, אין אז איעדע וואך בלי גוזמא מויפן דארט אריין נאך א פאר היימישע אידען, אין אלעס איז באמת גאר ערליכע חשובע אינגעלייט וואס זוכען א פיינע נייע געגענט,
שבת אינדערפרי זענען מיר געגאנגען שפאצירען צום פארעם דארט איז דא א שיינע גרויסע פארעם מיט קוען אין שעפעלעך עס איז מורעדיג שיין דארט, איך כהאב באמת הנאה געהאט דארט אויף שבת
מוצש״ק האב איך גלייך אנגערופען ר׳ יואל קליין נ״י דער בראוקער פין די געגענט, אין כהאב אים געזאגט אז איך וויל ער זאל מיר ווייזן אפאר שיינע הייזער צו קויפן,
עס לויפן די פרייזען צווישען 450.000 אין 550.000 פאר הערליכע הייזער, אבער עס איז יעצט דא א מאנגעל אין הייזער ווייל איעדע הויז וואס קומט ארויף ווערט גלייך פארכאפט פון היימישע אינגעלייט, אבער עס קומט ארויף נאך אין נאך הייזער,
איך האף נאך אז איך וועל טרעפן א גוטע זאך איך אויך קענען איבערלאזן וויליאמסבורג אין זיך ארויס ציען אהין

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 6:47 am
דורך דריידל
איך זעה ווי ס'זענען דא אזעלכע וואס רעדן זיך אפ אז מ'פייניגט די מענטשהייט, און זיי זיכן ווי מ'קען זיך אריבערציען און האבן מנוחה. וויל איך זיי אויפמערקזאם מאכן אז ווי זיי וועלן נאר זיין וועלן זיי נישט זיין ציפרידן. יעדער דארף ביי זיך אפמאכן וואספארא סארט לעבן ער וויל פירן און לויט דעם זיכן א מקום וואס איז ציגעפאסט צו אים. ווילסט ווערן א ליטפישער? נאו פראבלעם, קענסט גיין קיין לעיקוואד. ווילסטי זיין סתם מאדערן? גיי קיין פלעטבוש אדער די פייוו טאונס. ווילסט זיין א באם? גיי קיין עירמאנט און שיק די קינדער אין חב"ד, קיינער וועט דיך נישט קריטיקירן דארט. די אלע וואס האבן פראבלעמען איז ווייל זיי זיכן זיך אריינצושטיפן ווי זיי בעלאנגן נישט.

יונגערמאן, איך האב פאר דיר נייעס. איבעראל "פייניגט" מען מענטשן. אויף איין פלאץ איז דאס צוליב אינטערנעט ביי א צווייט פלאץ איז דאס שטיצן די בארד און ביי א דריטע פלאץ איז דאס גיין מיט א קאפל אדער שמירת שבת. אפילו ביי ליפא שמעלצער אין עירמאנט איז געווען א שטיקל איבערקערעניש נאכדעם וואס מ'האט מכבד געווען א מחלל שבת מיט אן עליה (אפאר מענטשן זענען דאן אוועקגעגאנגן ובתוכם די גבאי פון ביהמ"ד). ס'זענען זיכער געווען וואס האבן געטענה'ט אז מ'טאר נישט פייניגן און דאס אז ער איז מחלל שבת נעמט נישט אוועק זיין רעכט צו באקומען אן עליה, אדער אז מ'טאר אים נישט פארשעמען.

באדעם ליין: גיי ווי די באלאנגסט. אויב וויליאמסבורג איז צו עקסטרעם, גיי קיין ב"פ, אויב דאס איז אויך נישט גיט, גיי קיין פלעטבוש, אבער זיץ נישט ווי די באלאנגסט נישט און האק אויף די סיסטעם. קיינער איז נישט שילדיג אויב די האסט א טאטע אדער שווער וואס לאזט דיר נישט אוועק מופן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:56 am
דורך ראש הישיבה
לויט זייער א סאך אשכולות דא אין ק"ש קומט אויס אז אין מאנסי איז דא זייער אסאך טעראר פון די מוסדות.
איך מיין איר זאלט מברר זיין ביי איינע פון די תושבים בנוגע דעם פראבלעם.

איך האב קרובים אין לעקוואד. איך מיין אז די שכר לימוד איז זייער הויך. ביי די ליטווישע איז זייער שווער מיט מוסדות. דו מוזט זיין די ריכטיגע לעוועל פון בן תורה כדי צו אריינגיין אין א מוסד.

ביי די חסידישע מוסדות ווייס איך נישט וואס גייט פאר דארט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:12 pm
דורך berlbalaguleh
ראש הישיבה האט געשריבן:לויט זייער א סאך אשכולות דא אין ק"ש קומט אויס אז אין מאנסי איז דא זייער אסאך טעראר פון די מוסדות.
איך מיין איר זאלט מברר זיין ביי איינע פון די תושבים בנוגע דעם פראבלעם.

איך האב קרובים אין לעקוואד. איך מיין אז די שכר לימוד איז זייער הויך. ביי די ליטווישע איז זייער שווער מיט מוסדות. דו מוזט זיין די ריכטיגע לעוועל פון בן תורה כדי צו אריינגיין אין א מוסד.

ביי די חסידישע מוסדות ווייס איך נישט וואס גייט פאר דארט

ר' ראש הישיבה שליט"א: אין לעיקוואוד, למשל, לייגט מען דעם דגוש אויף וויאזוי דער יונגערמאן זעהט אויס. וואספארא לבוש ער גייט. אויב זעהט ער אויס ווי א בן טעירע, מעג ער זיין א געשוואלענער ע"ה. איז או.קעי. וועט מען אננעמען זיינע קינדער אין די מוסדות אן קיין פראבלעמען. אויב נישט. וועט זיין אלף תירוצים פארוואס מ'נעמט נישט אן זיינע קינדער. ס'איז נישט דא קיין פלאץ. פונקט די כיתה האט זיך שוין פארמאכט. און מ'גייט נישט אויפמאכן א נייע כתה ביז איבער א יאר.
איך בין געוועהן דעים פארגאנגענעם זומער אויף א שבת אין א שטעיטל אין די פייוו טאונס געיגנט. דער רב אין יענעם בית המדרש לערנט פאר א שיעור אין רמב"ם הלכות שבת א יעדע וואך נאכ'ן דאווענען. ביי קידוש. פונקט יענעם שבת איז דער רב נישט דארט געוועהן. האט מען געזוכט א ממלא מקום ווער ס'זאלל פארלערנען רמב"ם. איז דארט געוועין א איד מיט דעם גאנצן חב"ד'סקער געשטעל. האט מען איהם מכבד געוועין פארצולערנען. דער איד איז אבער נעבעך געוועהן א גרויסער ע"ה. ער האט זיך געבראכן די ציין און נישט געקענט אפלערנען אפילו איין שורה אין "כסף משנה" אן פראבלעימען. ער האט אבער אויסגעזעהן ווי א ת"ח און א חב"ד'סקער חסיד האט מען געהאלטן אז ער איז זיכער בקי אין רמב"ם ונושאי כליו... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 1:51 pm
דורך גאלד
לעיקוואד איז אביסל ווי סקווער און מאנרא, די מנהיגים פרובירן מיט אלע תחבלות צו פרעזערווירן דער ישוב זאל זיין דער בני תורה שטאט, זיי ווילן נישט זאל ווערן נאך א פראסטע אמעריקאנער שטאט, ווי יעדער מאן דהוא וואס זוכט א שיינע סאבורב לייפסטייל זאל זיך באזעצן, די חסידים באדערט זיי נישט אזוי שטארק ווי די ליטווישע פראסטע מענטשן, מ'דארף צו פארשטיין אז די ערשטע תושבים פון לעיקוואד זענען געווען מסירות נפש אידן, ווי ר' אליעזר בן הורקונס, איבערגלאזט די סיטי די דשאבס, געוואוינט אין טרעילערס אבי צו וואוינען אין א מקום תורה, און די מוסדות איז זייער איינציגע טול עס צו אינפארסירן ווי ווייט מעגליך

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:34 pm
דורך ארבעס
לידיעה בעלמא. איך בין דורעך געפארען forshay אין אויף יעדער גאס זע איך לכה״פ צוויי הייזער for sale.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:42 pm
דורך ארבעס
אין Chestnut Ridge and airmont זענען דא א געוואלט מיט הייזער פאר סעיל. סי זעהט אויס אז עס די נישט אידישע זענען געווארען אויפגעקלערט אז די יודעלעך האבען קעש אין זיי בעטען כסף מלא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:43 pm
דורך ארבעס
Forshay איז גענצליך אידיש אבער איך מיין מער א פלעטבוש סטייל. אבער chestnut and airmont איז נישט אידיש

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 4:45 pm
דורך outspoken
[tag]שטאפענע קאפעליטש[/tag] נישט Monsey or Lakewood נאר מ'בלייבט און WILLI מיט די ס.. ווייב...

מונסי vs דשערזי סיטי vs לייקוואד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 9:59 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז שוין נישט קיין סוד אז די ציבור אין ווילימסבורג הייבט אן איינצוזעהן אז עס איז נישט קיין תכלית מען דארף פאקן פעק, די שאלה איז נאר ווי? נאטורליך טראכט מען גלייך פון מאנסי אזוי זיך נאכפרענגען איבער מאנסי הער איך בסוד אז מען ארבייט אונטער די קוליסען איבער דזערזי סיטי נאר עטליכע מינוט פון ווילימסבורג טאקר א שחורישע געגענט באט דאנט ווארי אונז וועלן עס איבער נעמען גרינדען שומרים די ערשטע זאך והכל על מקומו יבוא בשלום... זיך נאכפרעגנדיג אין קליימער מקווה וואס ס'לוינט הער איך גאר לעיקוואד איז די ישועה און יונגעלייט האבן זיך שוין איינגעקויפט הייזער און מען גייט זיך שוין אריבער ציען ממש בקרוב,

סוי איך בין זייער צומישט וואס גייט דא פאר, דערמאן איך זיך יעצט אז בלומענבורג איז נאך אויך אקטועל, וואס האלט די עולם דא ווי לוינט צו מופען פון ווילימסבורג?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:30 pm
דורך קאווע טרינקער
דו ווארט פאר די עסקנים פון אונטער די קוליסען אום בלייב אין די קליימער מקווה.
אדער:
הייב דיך אויף און גיי!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:02 pm
דורך ידען

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:13 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואלט ווען גענומען א טקסי אין די ערשטע זאך אפגעיאגט פון די עיר המשוגעים. דערנאך זייענדיג אויף די BQE אדער FDR וואלט איך געפרעגט ווי אהין צוגיין. (אפשר אפילו אין איינער פון נחמן קאללער 'ס 2000 דירות)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:25 pm
דורך berlbalaguleh
עזריאל האט געשריבן:איך וואלט ווען גענומען א טקסי אין די ערשטע זאך אפגעיאגט פון די עיר המשוגעים. דערנאך זייענדיג אויף די BQE אדער FDR וואלט איך געפרעגט ווי אהין צוגיין. (אפשר אפילו אין איינער פון נחמן קאללער 'ס 2000 דירות)

איך האב מורא אז נחמן קאללער'ס 2000 דירות זענען געגאנגען שלאפן צוזאמען מיט עים... ער וועט שוין בקרוב אי"ה אפפארן קיין פלארידע פאר'ן ווינטער...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:35 am
דורך ארבעס
קליבלאנד אהאיוא
עיין עמי מאגאזין.