בלאט 1 פון 6

ערוץ עשר אין ארץ ישראל: נין האדמו''ר מסאטמאר שהתגייס לצה''ל!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:05 pm
דורך ימי קדם
היינט צופרי איז אויף די פאפולערע ''אורלי וגיא'' שאו פון ערוץ 10 אין ארץ ישראל, געווען אן אינטערוויא מיט חיים הערש מייזליש בן ר' מרדכי אהרן (פון RCCS), בן אב''ד סאטמאר ב.פ. און אור אייניקל פונעם סאטמארער רבי בעל ברך משה, און פון זיין מאמעס זייט א ווייטצענער אייניקל = סאטמאר דורך און אדורך, וואס האט ממש יעצט אנגעהויבן זיין סערוויס אינעם טריפנ'עם צה''ל.

פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.

פון סאטמאר'ס זייט, איז עס גאר א גרויסער ווייטאג, הן פאר די נפש מישראל וואס איז ל''ע פארכאפט געווארן צו מינות. און נאך מער מצד די אומדירעקטע מעסעדזש עס שיקט, בפרט יעצט ווען מען פראבירט זיך אן עצה צוגעבן מיט די גזירת גיוס. דאס העלפט נישט צו...

דא איז א לינק צום שאו.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:22 pm
דורך איך אויך
דאנלאודס עקסידעד ,קענסט אפשר לייגן נאך א לינק.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:34 pm
דורך Ben-Shishim
דע באבע חי' ע"ה אויבען אין גן עדן וועט נישט ריען ביז זי וועט עם ארויס שלעפען ביי די פיאות [אדער טשופ] פון דארט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:37 pm
דורך ימי קדם
Updated.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:51 pm
דורך מאטי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
איך 'עלל דא שרייבן וואס כ'האב געשריבן אין דעם אנדערן אשכול איבער די נושא: אז דאס איז די איראניע פונ'ם גורל. אז דווקא אן אור אייניקל פון ברך משה זאלל גיין זיך איינשרייבן אין דעם "טמא'נעם" צה"ל. פונקט אזוי ווי דער איידעם פון מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל, וואס ער איז געוועין א גרויסער קנאי און לוחם אקעיגן יעדן פארם פון ציונות. אפילו אגודה. און ער האט איבעראל געטראפן רמזים אויף זיי אין די תורה. דווקא זיין איידעם ר' ברוך ראבינאוויטש, איז געוועהן א מזרחי'סט... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:27 pm
דורך קדש הילולים
@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:27 pm
דורך יעדער לאכט
אויף דעם וויינט דער נביא: דבר שנצטער בו אותו צדיק יכשל בו זרעו.
זייער א גרויס ווייטאג פאר די משפחה בפרט און פאר שלומי אמוני ישראל בכלל.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:35 pm
דורך יאיר
האדמו"ר משטנר :lol:
איך האב נישט פארשטאנען געהעריג וואס זיין רילעישאנשיפ מיט זיין משפחה איז, איינער קען דאס קלארשטעלן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:38 pm
דורך diff
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

Satmar will now prove what they always say in chabad, That you must treat all Jews the same you treat family

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:39 pm
דורך יעדער לאכט
אים פערזענליך צו דיבאטירן ברויך מען זיך אראפלאזן זייער אסאך לעוועלס.. ער האט נישט געטאן דעם שריט מחמת גרויס חכמה.
אבער די עצם מעשה איז א ווייטאג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:44 pm
דורך מאטי
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:47 pm
דורך יעדער לאכט
מאטי האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"


אז מ'ווערט געוואר אז דו שטאמסט פון סאטמאר...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:50 pm
דורך קדש הילולים
מאטי האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

אז סאטמאר קריגט זיך צווישן זיך אויף שטותים.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:00 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:איך 'עלל דא שרייבן וואס כ'האב געשריבן אין דעם אנדערן אשכול איבער די נושא: אז דאס איז די איראניע פונ'ם גורל. אז דווקא אן אור אייניקל פון ברך משה זאלל גיין זיך איינשרייבן אין דעם "טמא'נעם" צה"ל. פונקט אזוי ווי דער איידעם פון מנחת אלעזר ממונקאטש זצ"ל, וואס ער איז געוועין א גרויסער קנאי און לוחם אקעיגן יעדן פארם פון ציונות. אפילו אגודה. און ער האט איבעראל געטראפן רמזים אויף זיי אין די תורה. דווקא זיין איידעם ר' ברוך ראבינאוויטש, איז געוועהן א מזרחי'סט... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

100% גערעכט סאיז דער גלגל החוזר בעולם
אוקיי בקרוב וועלען מיר זעהן די וידיאו וי די אייניקלעך פון ר' משה בער בעק אין משה הירש׳ס אייניקלעך דינען מיט שטאלץ אין צה״ל סאיז נאר א שאלה פון צייט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:02 pm
דורך קדש הילולים
לפי״ז וועט מען זען דיינע אייניקליך ביי פראטעסטן אין מאנהעטן?...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:06 pm
דורך [NAMELESS]
קדש הילולים האט געשריבן:לפי״ז וועט מען זען דיינע אייניקליך ביי פראטעסטן אין מאנהעטן?...

אין דיינע אייניקלעך אין צה״ל?....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:07 pm
דורך berlbalaguleh
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

ר' קודש הילולים: דו טייטשט אריין זאכן וואס קיינער האט נישט געזאגט. לא מיניה ולא מקצתיה. ס'איז דען א קאנטעסט צווישן סאטמאר און די ציונים. איך האב נאר באמערקט אז ס'טרעפט צעך א סאך מאל אז א זאך וואס ס'גייט פאר איינעם בנפשו, געשעעט פונקט דעי זאך בא עים אדער זיין משפחה. נאכמער. (איך גיי דא זאגן א מורא'דיגן שטיק אפיקורסות. :lol:) איך בין נאכנישט אזוי זיכער אין דעם קנאות פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע. איך מיין מ'קען נאך זאגן להבדיל צווישן זיין התנגדות צו ציונות און די התנגדות פון רעבין זי"ע בעל דברי יואל... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:10 pm
דורך מאטי
קדש הילולים האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

אפשר דעסקרייבסטו וואס וואלט יא געהייסן "א פאטש פאר סאטמאר"

אז סאטמאר קריגט זיך צווישן זיך אויף שטותים.

איך מיין א פאטש פון א פאליטישע פערספעקטיוו צו די שיטה הקדושה פון סאטמאר.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:57 pm
דורך קדש הילולים
די סאטמארע ״שיטה״ קען נישט באקומען א פאטש. ווייל די תורה קען נישט באקומען א פאטש ווען איינער איז עובר אויף איר.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:03 pm
דורך פיינע קאווע
קודש פיין געזאגט
די שיטה איז נישט באנקראט ווען א נין מסאטמאר גייט אין צה"ל. פונקט אזוי ווי די תוה"ק איז נישט באנקראט ווען א ארץ ישראלדיגער בחור גייט אין צה"ל
עס איז א הארץ ווייטאג אויף הר"ר מרדכי אהרן אין זיין גאנצע משפחה זאל זיי דער אייבעשטער העלפן מיט אלעם

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:04 pm
דורך יעדער לאכט
berlbalaguleh האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל: ס׳איז טאקע ממש א ריזן פאטש פאר סאטמאר בכלליות... אז ער איז אריין אינעם מיליטער.
ס׳טייטש, ער פארטרעט דאך סאטמאר...

ר' קודש הילולים: דו טייטשט אריין זאכן וואס קיינער האט נישט געזאגט. לא מיניה ולא מקצתיה. ס'איז דען א קאנטעסט צווישן סאטמאר און די ציונים. איך האב נאר באמערקט אז ס'טרעפט צעך א סאך מאל אז א זאך וואס ס'גייט פאר איינעם בנפשו, געשעעט פונקט דעי זאך בא עים אדער זיין משפחה. נאכמער. (איך גיי דא זאגן א מורא'דיגן שטיק אפיקורסות. :lol:) איך בין נאכנישט אזוי זיכער אין דעם קנאות פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע. איך מיין מ'קען נאך זאגן להבדיל צווישן זיין התנגדות צו ציונות און די התנגדות פון רעבין זי"ע בעל דברי יואל... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o


אויף וואס בעיסטו דיינע שטותים? בערך פון וועלעכע ווערטער ביסטו געווארן אזוי אומזיכער אין דעם קנאות פונ'ם הייליגן ברך משה זי"ע?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:06 pm
דורך signout
ימי קדם האט געשריבן:היינט צופרי איז אויף די פאפולערע ''אורלי וגיא'' שאו פון ערוץ 10 אין ארץ ישראל, געווען אן אינטערוויא מיט חיים הערש מייזליש בן ר' מרדכי אהרן (פון RCCS), בן אב''ד סאטמאר ב.פ. און אור אייניקל פונעם סאטמארער רבי בעל ברך משה, און פון זיין מאמעס זייט א ווייטצענער אייניקל = סאטמאר דורך און אדורך, וואס האט ממש יעצט אנגעהויבן זיין סערוויס אינעם טריפנ'עם צה''ל.

פאר די ציונים פון זייער זייט איז עס ממש א געווינס איבער סאטמאר, נישט קיין חילוק וואס זיין פריוואטע היסטאריע איז, אז זיי קענען שרייבן אז א סאטמארער אייניקל איז אין צה''ל, איז ווי צוזאגן: דידן נצח, מיר האבן געזיגט. אמת צו נישט מאכט נישט קיין חילוק.

פון סאטמאר'ס זייט, איז עס גאר א גרויסער ווייטאג, הן פאר די נפש מישראל וואס איז ל''ע פארכאפט געווארן צו מינות. און נאך מער מצד די אומדירעקטע מעסעדזש עס שיקט, בפרט יעצט ווען מען פראבירט זיך אן עצה צוגעבן מיט די גזירת גיוס. דאס העלפט נישט צו...

דא איז א לינק צום שאו.

וואס איז די ציהל וואס אויסרעכנען די יוחס, סתם בלוט זויגן? איך ווייס איז יעדער ווייזט אבער יעקב אבינו האט אויך מתפלל געווען בקהלם אל תחד כבודי,