בלאט 1 פון 1

גדעון סער רעזיגנירט פון פאליטיק, ליכוד אראפ צו #2 אין כנסת

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:27 pm
דורך ישראל קאפקע
אין א שאקירנדע טויש צו די פאליטישע מאפע אין מדינת ישראל, האט גדעון סער (Saar) די אינערן מיניסטער פון מדינת ישראל און נומער צוויי אין ליכוד די פירענדע פארטיי אין די קאאליציע, היינט געמאלדן זיין רעזיגנאציע פון פאליטיק,


אין פארנט פון א מאסע פון פינף הונדערט שאקירטע ליכוד אקטיוויסטן, האט סער געמאלדן אז ער גיט אויף זיין אמט אין די רעגירונג און די פארטיי,

סער האט אנגעגעבן פאמיליע סיבות -ער האט נארוואס געבוירן א אינגעלע- פארן אויפגעבן זיין אמט, 'צומאל דארף מען נעמען די אייגענע לעבן אין חשבון' האט געזאגט סער, וועמענ'ס רעביצין איז לעצטנס געווארן סוספענדירט פון טשענעל 1 פארן פארלעצן א פארבאט צו אינטערוויוען ליכוד מיטגלידער, אלס א קאנפליקט פון אינטערעסן, 'איך וויל פריוואטקייט, שטילקייט און פרייהייט, און מער צייט צו פארברענגען אין שטוב'

געוויסע ליכוד אקטיוויסטן האבן גלייך אנגעהויבן שפעקולירן אז ער רעזיגנירט צוליב זיינע אנגעצויגענע באציאונגען מיט נתניהו -וועמענ'ס נאמען ער האט נישט דערמאנט אין זיין רעדע- און געוויסע אנאליסטן האבן אנגעוויזן אז ער פלאנט אפשר צו לויפן קעגן נתניהו אין די קומענדע וואלן,
סער איז געווען א מעגליכע נאכפאלגער צום פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו, זיין רעזיגנאציע רעדוצירט די נומער פון ליכוד בענקלעך צו אכצן און מאכט ליכוד די צווייט גרעסטע פראקציע אין פארליאמענט נאך לפיד'ס יש עתיד (19)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:40 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: איך גיי דא זאגן א (שטיקל) נביאות. ער (גדעון סער) גייט אפשר ווערן א בעל תשובה. אין אן אינטערוויו וואס ער האט נישט לאנג צוריק געגעיבן אויף איינס פון די נייעס טשענעלס פון טי..ווי. (ר"ל) האט ער געזאגט אז ער האט געשטימט פאר דעם "חוק השבת", איבער געשעפטן וועלכע זאלן מוזן זיין פארמאכט אום שב"ק, אז ס'מוז זיין איין טאג אין די וואך וועלכער איז אן אפיציעלער רוה טאג. ווען די דזשורנאליסטין האט עים חושד געועהן אז ער טוט עס פאר פאליטישע טעמים. פי' אז ער חלומ'ט צו ווערן איין טאג פרעמיער פון מדינת ישראל... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:47 pm
דורך שמעקעדיג
כ'פארשטיי נישט, עס ארבעט דען אזוי, אז יעדער פאליטישאן קען אפזאגן און איבערלאזן זיין אמט פון איין טאג אויפן צווייטן און לאזן א גאנצע לאנד הענגען מיט די צונג אינדרויסן? גייט דאס נישט צו מיט א געוויסע קאנטראקט, התחייבות, וכדומה?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:49 pm
דורך שעפטל
אויך מיר א לאנד....

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:54 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, עס ארבעט דען אזוי, אז יעדער פאליטישאן קען אפזאגן און איבערלאזן זיין אמט פון איין טאג אויפן צווייטן און לאזן א גאנצע לאנד הענגען מיט די צונג אינדרויסן? גייט דאס נישט צו מיט א געוויסע קאנטראקט, התחייבות, וכדומה?

אין א "דעמאקראטישע" לאנד ווי מדינת ישראל, ארבעט עס טאקע אזוי. די רעגירונג און פארטיי קענען נאר אזוי לאנג אנהאלטן זייער מאכט (פאוער) ווילאנג זיי האבן א מאיאריטעט. אויב זיי פארלירן די מאיאריטעט איבער סיי וועלכע אישו, פאלט די רעגירונג און מ'מאכט נייע וואלן (בחירות הטמאות!). דערפאר איז טאקע דא א שמועס אז בנימן נתניהו חנפ'עט זיך לעצטנס צו די רעליגיעזע פארטייען ווייל ער האט מורא אז יאיר לפיד וועט מקיים זיין זיין סטראשע, אויב מ'געט עים נישט נאך געוויסע עקאנאמישע זאכן, וועט ער פארלאזן די רעגירונג. און נתניהו ווייסט אז די רעליגיעזע פארטייען חלש'ן אריינצוגיין אין זיין רעגירונג. זיי האבן אנגעגרייט א גאנצע ליסט פון פאדערונגען וואס זיי האפן אז ער'ט מקיים זיין... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:20 pm
דורך עוד מישהו
ער האט היינט מודיע געווען אז ער גייט רעזיגנירן, עס וועט אבער ערשט אריינגיין אין קראפט נאך די ימים טובים.
ער גייט נישט איבערלאזן זיין אפיס פון איין מינוט צום צווייטן. לגבי דאס אז ליכוד פארלירט א מאנדאט אין כנסת. זיין בענקל אלס מאנדאט אין כנסת איז נישט זיינס, דאס געהערט צום ליכוד, די ליכוד פארטיי באוועגונג גייט אריינשטעלן איינעם איבערצונעמען זיין מאנדאט אין כנסת, לויטן געזעץ קען א חבר כנסת נישט פארלאזן זיין פארטיי, נאר אויב עס איז עטליכע פון די זעלבע פארטיי וואס גייען צוזאמען.
יאיר לפיד פארדינט גארנישט פון די גאנצע רעזיגנאציע, דאס אפעקטירט אים נישט קיין כי הוא זה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:23 pm
דורך ישראל קאפקע
הארץ און Jerusalem Post שרייבן אנדערש

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:04 pm
דורך עוד מישהו
ישראל קאפקע האט געשריבן:הארץ און Jerusalem Post שרייבן אנדערש


וואס למשל?
אויב קענסטו מדינת ישראל פאליטיק ווייסטו אליינס אז אין די כנסת איז אייביג דא 120 מאנדאטן, אויב איינער רעזיגנירט כמעט באלד א צווייטער וואס ווערט איינגעשוואירן און נעמט אים איבער.
לגבי ווען זיין רעזיגנאציע גייט אריין אין קראפט, ער זאגט עס אליין ביי זיין דרשה.
די בענקל אויף וועלכע ער זיצט אין כנסת איז נישט זיינס, דאס איז א מאנדאט פון די ליכוד פארטיי, אין וועלכע ער איז געלאפן אין די פריימעריז און גראדע געוואונען.

גראדע בין איך א ליכוד פארטיי מעמבער, וואס קען זיך אויס מיט די אינעווייניגסטע פאליטיק.