בלאט 1 פון 1
חתונה תקנות/גזירות
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:49 am
דורך ציבעלע-קיגל
די אזויגערופענע רע-בנים און עסקנים פרובירן וואס מער אונטערצודרוקען דאס מענטשהייט מיט וואס מער תקנ-גזירות. איך וויל נישט רעדען פון אלע גזירות נאר פון חתונה גזירות.
מען טאר נישט קויפען (נאר געוויסע) מתנות, מען טאר נישט האבען פיקטשערס. און איך האב געהערט אז עס זענען דא האלל'ס וועליכע נעמען אליין אפאר פיקאשערס. און האבען חסידישע אינגעלייט אלס וועיטערס. אויך טאר מען שוין נישט מוזיק. איך בין געווען ביי אפאר חתונות ווי מען האט נאר אנגעצינדן א MP3.
שטעלט זיך א שאלה... די MP3 האט געשפילט מוזיק פון א פול בענד און נישט פון א וואן מען בענד, זענען די צוויי תקנות זיך סותר. ווייל מען טאר דאך נישט האבען קיין בענד?
און נאך שווערער איז, MP3 איז דאך אויך "אסור" איז ווי מעג די האלל עס האבען?
איז ביים אריינטראכטן אין דעם בין איך אויפגעקומען מיט א נייע תקנה.
מען טאר מער נישט גיין צו חתנות... ביי איעדע שמחה וועט זיין ספעציעל כולל אינגעלייט וואס וועלן גיין אנשטאט דיר און פאר נאר 5 דולר וועט ער אפי' אנטהון א שטריימעל. פאר די וואס ווילן אז זיי זאלען שמייכלען... וועט מען דארפען פרעגען א רב.
עס איז בעסער אז מען פרעגט ביי א רבי/רב וועלעכע זיין מעגן יא טוהן וואס זיי ווילן... ווי סעלפאןס אינטערנעט, (עכט) זילבערנע שטעקן, בענד ביי זייערע שמחות, איעדע יאהר א נייע קעדי, א מינק קאוט (פעלץ בלע"ז) וכו' וכו'
ווייסט עטץ וואס? פארגעט איט... איך האב א סאך א בעסערע פלאן...
מען טאר מער נישט חתונה האבען... עפטער אלל עס קען צוברענגען צו הרהורים און שלעכטע מחשבות
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:56 am
דורך רויטע וואנצעס
חתונה תקנות איז א רעזולטאט פון די היימישע קולטור. היימישע אידן פילן זיך ווי איין גרויסע משפחה. מ'קוקט וואס יענער טוט, און מ'דארף עס אויך האבן. ביי גוים איז נישט אזוי, יעדער פירט זיך זיין אייגענע געשעפטן.
אלס א רעזולטאט פון די קרומקייט, זענען נישט פארמעגליכע געגאנגן, און געדארפט נאכמאכן פארמעגליכע, ווייל מ'וויל נישט זיין די ארימע ברודער אין די משפחה.
צום סוף איז מען געבליבן ארימער און קראנק אויך.
ווען אונזערע געזעהלשאפט וואלט נישט געווען ביזי מיט וואס יענער טוט, וואלט מען די נארישע תקנות קיינמאל נישט געדארפט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:19 am
דורך דריידל
אנשטאט די אלע נערישע תקנות וואלט מען געדארפט אפאר ראלל מאדעלס וואס זאלן ווייסן אז יעדער זאל טון לויט ווי ער פארשטייט און לויט ווי ער קען זיך ערלויבן.
זאלן די רבי'ס נישט אזויפיל איינטיילן פאר אנדערע וואס יא/נישט צו טון און מאכן פאר זיך פשוטע שמחות. פארוואס קען א רבי'שע חתונה נישט פארקומען אין ויואל משה? רוב מענטשן קומען נאר ווייל מ'מאכט א טראסק דערפון, און ווען מ'ספענד נישט אזויפיל געלט וואלט די גאנצע משפחה שיין אריינגעפיט אין עני האלל. אין פאקט, טראכט איך אז רבי'שע שמחות דארפן געווענדליך א קלענערע זאל ווי פשוטע עמך אידן, וויבאלד זיי זענען צעקריגט מיט א האלבע משפחה וואס קומען נישט צו שמחות.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:16 am
דורך ליפא
Re: חתונה תקנות/גזירות
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 10:30 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לדעתי, די איינציגסטע תקנות וואס מ'קען יא שטיצען זענען חתונה תקנות. יעדע מענטש דארף זיך אליינס איינהאלטען זיין הוצאות לויט זיין אומשטענדען. ווען ס'קומט אבער צו א חתונה, ווי מ'דארף אריינרעכענען פארשידענע אומשטענדען, שטימט עס אז מ'זאל שטעלען נארמ'ס כדי מ'זאל נישט צוקומען צו פראבלעמען. ס'איז זייער שווער, באלד אוממעגליך אז א מחותן זאל בעטען זיין איידעם צו טראגען א שטריימעל לויט זיין געלט צושטאנד, וכ"ש א שוויגער פון איהר שנור זאל בעטען מוותר צו זיין אויף איהר טייערע דיאמאנט. א תקנה פון דערויסען פארמיידט א סאך אומבאקוועמליכע געפיהלען און מחלוקת.
ביי א ברמצוה, ווי ס'האנדעלט זיך נאר דער טאטע מאמע אליינס, דארף מען טאקע ענדעריש מחנך זיין צו פאראנטווארטליכקייט ווי צווינגען מענטשען צו טוהן אנדעריש ווי זייער ווילען
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 12:25 pm
דורך אפשר
I can't agree more.
לדעתי איז די ערשטע זאך וואס מען דארף אויסראטן די פורניטשור, עס האט נישט קיין פשט דאס קויפן פורניטשור פאר 10 -15 טויזנט דאללער, פארוואס דארף א פרישער יונגערמאנטשיק שלאפן אויף א בעט מיט מציבות דייקא?! און האלטן זיינע גאטשעס אין אן איטאליענישע מארמאר?!
וואס איז שלעכט צו קויפן א טיש און בענקל פאר די קאך פון אייקיע און בויען בעדרומס מיט גרויסע קלאזעטס.
אפגערעדט פון דעם אז די פורניטשור נעמט דאך אוועק די כביצה פון פלאץ וואס עס איז דא אין די דירה
Re: חתונה תקנות/גזירות
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 12:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סתם אזוי, ווען איינער וויל אויסהאלטען זיין זוהן/איידעם כדי ער זאל קענען לערנען בישוב הדעת, האט עס אפשר א פשט, אפילו א קרומע, איהם צו קויפען מעיבעל וכדו'. מ'וויל נישט לייגען זיין גשמיות אויף זיין פלייצע'ס. ס'איז אפשר נישט אויסגעהאלטען, בעסער ער זאל נאר האבען וואס ער מוז האבען, אבער דער גאנג שטימט עכ"פ כלפי זיך.
ווען אבער מ'וויל לכתחלה ער זאל גייען ארבעטען, האט עס קיין שום פשט נישט איהם צו געבען מער ווי די מינימום אן דעם אז ער זאל דארפען באצאלען דערפאר. א בעיסיק דירה דארף ער דאך, אבער מער ווי דעם זאל זיין קלאר ביי איהם, 'אז מ'ארבעט, האט מען. און לויט וואס מ'האט, קויפט מען!' אנדעריש איז עס א חינוך אויף שלעכט'ס, אז מ'מוז לעבען אויף א סטאנדארד, צו מ'האט יא צו מ'האט נישט.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 1:40 pm
דורך שמעון וואלף
אפשר האט געשריבן:I can't agree more.
לדעתי איז די ערשטע זאך וואס מען דארף אויסראטן די פורניטשור, עס האט נישט קיין פשט דאס קויפן פורניטשור פאר 10 -15 טויזנט דאללער, פארוואס דארף א פרישער יונגערמאנטשיק שלאפן אויף א בעט מיט מציבות דייקא?! און האלטן זיינע גאטשעס אין אן איטאליענישע מארמאר?!
וואס איז שלעכט צו קויפן א טיש און בענקל פאר די קאך פון אייקיע און בויען בעדרומס מיט גרויסע קלאזעטס.
אפגערעדט פון דעם אז די פורניטשור נעמט דאך אוועק די כביצה פון פלאץ וואס עס איז דא אין די דירה
נאך מער, טאמער האט מען פורניטשער איז שווערער צו טרעפן א דירה. ווייל אין צוגאב צו די רעקווייראמינטס ס'זאל זיין נאנט צום שוויגער וכו' דארף נאך קענען אריינפיטן די פורניטשער