בלאט 1 פון 1

נייע פארומס: "געזעלשאפט" און "אחיעזר"

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 10:29 pm
דורך באריסטא
מיט דעם טוען מיר מעלדן אז "קאווע שטיבל" האט צובאקומען צוויי נייע פארומס: "געזעלשאפט" און "אחיעזר".
מיר לעבן אין א שטורמישער תקופה, ווען די חרדי'שע געזעלשאפט גייט דורך גרויסע שינויים, און שטייט אויס פאר נאך גרעסערע שינויים. די קאנטראסט צו דער מאדערנער וועלט ווערט וואס אמאל שארפער און עס רופט זיך אפ אויף פילע ענינים וואס זענען נוגע אין טאג-טעגליכן לעבן אין דער חרדישער געזעלשאפט. דער נייער פארום, "געזעלשאפט", איז געווידמעט דורכצושמועסן די מעלות, פראבלעמען, וואקלונגען, עצות וועלכע אנבאלאנגען דער געזעלשאפט. אן עיקר צו דער יעצטיגער געזעלשאפטליכער טעמע איז דער אינטערנעט פאקטאר. דער סובפארום "אינטערנעט און אידישקייט" איז געווידמעט פאר דעם ספעציפישן ענין.
"אחיעזר" איז כשמו כן הוא, א פארום וואו איין חבר קען העלפן דעם צווייטן. וכאן המקום להודות פאר ידידינו ר' שמואל הלוי פאר'ן מלקט זיין די פארשידענע טעמעס וועלכע זענען שוין געשריבן געווארן אין דער פארגאנגענהייט, און זענען יעצט ארייגעפירט געווארן למקומם הראוי.

מיר ווילן אויך בעטן אז אויב איר זעט א טעמע וואס באלאנגט אין איינעם פון די נייע פארומס אבער געפינט זיך ערגעץ אנדערש זאלט איר אזוי גוט זיין און עס מעלדן פאר איינער פון די מנהלים.
יישר כח.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 10:36 pm
דורך געפילטע פיש
בשם אלע קאווע טרונקער וואס דערקוויקען זיך טעגליך פון די געשמאקע קאווע וואס איז צוגעשטעלט דא כיד המלך, וויל איך זיך באדאנקען פאר אונזערע געטרייע באריסטא'ס, דשאווא'ס, גבאים, און גבאים שניים, וואס זענען שם לילות כימים אונז צוצושטעלן אזא פיין פלאץ. וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה, הקב"ה ישלם בכפלי כפליים!

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:26 am
דורך יאנקל
געוואלדיגער געדאנק. א דאנק פאר דער שווערער ארבעט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:14 am
דורך איינער
קודם וויל איך באדאנקען פאר די געטרייע הנהלה דא. און יעצט צו מיין קריטיק. איך מיין אז עס איז נישט כדאי סעציפעל ווען די פלאץ איך נאך היבש ניי צו מאכן אזויפיל פורום׳ס. אויך די נייע פורום "געזעלשאפט״ מיט איר סוב פורום איז צו אויפרייסריש, ס׳וואלט בעסער געווען צו האבן די טעמע בהבלעה מיט אנדערע טעמע'ס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 6:17 am
דורך שמואל הלוי
אין בפי מלה טבא
להודות ולהלל באהבה
להני צנתרי דדהבא
כבוד ההנהלה חשובה
הוא הודה הוא זיוה

נברך אתכם בשיר ורננים
תזכו עוד רבות בשנים
להיות מן הבונים
באמיץ כח ורב אונים
עשרת מונים

כה לחי תלכו מעלה מעלה
על במתי הנעלה
ה' יצליח דרכיכם המעולה
כעץ על פלגי מים שתולה
עדי נזכה להגאולה

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:45 am
דורך לעמיל
תשאות חן חן למנהלים החשובים אין א יישר כח פאר ר' שמאול פאר די איידיע
דרך אגב וואס טוט זיך מיט די פריוואטע פורום???

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 8:29 pm
דורך ראשעקאל
א ריזיגען יישר כח!!
הערליך :קלאטש :קלאטש :קלאטש