בלאט 1 פון 2
שאטלאנד (Scotland) זעלבסשטענדיגקייט רעפערענדום,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:35 pm
דורך ישראל קאפקע
די וואל ערטער זענען געשלאסן, די געמוטער זענען אנגעצויגן, וועט שאטלאנד זיין די נייסטע לאנד? נאך דריי הונדערט יאר אונטערן ענגלישן קרוין, וועלן די שאטלענדער אוועקנעמען די בלויע קאליר פון דעם ענגלישן פאן?
עקזיט פאולס (יו גאוו) דייטן אן אז די רעפערענדום זיך אפצורייסן פון גרויס בריטאניע איז דורך געפאלן (54% ניין, 46% יא)
אבער דערווייל איז נאך נישט דא קיין קאנקרעטע ציפערן,
(סי ען ען שרייבט אז 52% האבן געשטימט אויף נישט, און "58%" אויף יא

)
וויילער באטייליגונג איז געשאצט אויף ווייניגסטנס 85% די מערסטע זינט 1918 ווען שטים רעכט איז געווארן אוניווערסאל,
וואס וועט זיין די תוצאות אויף אנדערע זעלבסטשטענדיגקייט קאמפיינס, מזרח אוקראינע, אנדאלוסיא פון שפאניע, פלעמישע זעלבסטשטענדיגקייט, און אין א געוויסע מאס פאלעסטינער זעלבסטשטענדיגקייט אויב איז די רעזולטאט אויף יא?
מער ציפערן און אינפארמאציע איבער די רעפערענדום דארף אריינקומען אין די קומענדע שעות,
סטעי טונד!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:44 pm
דורך איך אויך
וואס האט שאטלאנד מיט סקאטלענד?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:59 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:וואס האט שאטלאנד מיט סקאטלענד?
דאס זעלבע וואס שולע האט מיט סקול,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:19 pm
דורך ישראל קאפקע
די רעפערענדום איז די ערשטע מאל אין בריטישע היסטאריע וואס יוגנטליכע אין עלטער פון בלויז 16 יאר קענען שטימען,
אויב גייט שאטלאנד זיך אפרייסן גייט די פאראייניגטע קעניגרייך שרינקן מיר בערך דרייסיג פראצענט אין לאנד שטח,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:31 pm
דורך [NAMELESS]
וואס איז די סברות לכאן ולכאן?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:41 pm
דורך ישראל קאפקע
קלאקמאנאנשער די ערשטע (און א גאר קליינע) פון די צוויי אין דרייסיג געביטן אין שאטלאנד האט געענדיגט ציילן,
19,000 ניין, 53.8%
16,000 יא, 46.2%
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
נא, ר' ישראל זיי מיר מסביר. פארוואס זענען דא וואס ווילן זיך יא פאטיילען און פארוואס זענען דא וואס ווילן נישט? וואס איז די בענעפיט פון סקאטלענד צו בלייבן א חלק פון ענגליאנד און וואס פארלירן זיי אויב זיי טיילן זיך אפ??
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:00 pm
דורך ישראל קאפקע
ראשעקאל האט געשריבן:נא, ר' ישראל זיי מיר מסביר. פארוואס זענען דא וואס ווילן זיך יא פאטיילען און פארוואס זענען דא וואס ווילן נישט? וואס איז די בענעפיט פון סקאטלענד צו בלייבן א חלק פון ענגליאנד און וואס פארלירן זיי אויב זיי טיילן זיך אפ??
א גרויסע פראצענט שאטישע פראדוקציע ווערט פארקויפט אין ענגלאנד, זעלבסטשטענדיגקייט קען אפשר שאטן,
שאטלאנד האט גרויסע זאפאסן פון אויל און נאטורליכע גאז, און א פראצענט פון די רווחים גייט קיין לאנדאן,
ס'איז א ספק אבער אפשר גייען זיי ארויספאלן פון די אייראפעאישע פאראיין אויב זיי רייסן זיך אפ,
וועלכע וואלוטע גייט די שאטלענדער נוצן פונט, יוראו, אדער אייגענע?
אויך האב איך געזען ערגעץ אז אין דורכשניטליך צאלן די שאטישע מער שטייער פער קאפ ווי די ענגלישע,
אזויווי די ענגלישע האבן א גרעסערע פראצענט ארעמע איינוואוינער קען שאטישע זעלבסטשטענדיגקייט שאטן פאר די פענסיע פאנדס אין ענגלאנד,
און נאך,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:08 pm
דורך ישראל קאפקע
ארקני (א קליינער געביט) שטימט ניין 57% = 43%
עס קוקט אויס מער און מער אז עס איז א ניין!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:18 pm
דורך לאליפאפ
עס איז גוט צו זיין אז מענטשן וואס ווילן אונטערברענגן זייער אייגענע הצלחה און עקאנאמיע וועגן אביסל כבוד האלטן ביים אדורכפאלן מיט זייערע נארישע בייפעלער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:22 pm
דורך ישראל קאפקע
לאליפאפ האט געשריבן:עס איז גוט צו זיין אז מענטשן וואס ווילן אונטערברענגן זייער אייגענע הצלחה און עקאנאמיע וועגן אביסל כבוד האלטן ביים אדורכפאלן מיט זייערע נארישע בייפעלער.
פארוואס 'אונטערברענגען זייער הצלחה' איז אירלאנד אונטערגעגאנגען?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:36 pm
דורך לאליפאפ
ישראל קאפקע האט געשריבן:לאליפאפ האט געשריבן:עס איז גוט צו זיין אז מענטשן וואס ווילן אונטערברענגן זייער אייגענע הצלחה און עקאנאמיע וועגן אביסל כבוד האלטן ביים אדורכפאלן מיט זייערע נארישע בייפעלער.
פארוואס 'אונטערברענגען זייער הצלחה' איז אירלאנד אונטערגעגאנגען?
אירלאנד איז אן אקטיווער טייל פון יו קעי
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:45 pm
דורך ישראל קאפקע
שעטלאנד
63% ניין
36% יא
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:07 pm
דורך ישראל קאפקע
וועסטערן איילס
ניין 53%
יא 47%
סך הכל דערווייל
ניין 57.8%
יא 42.1%
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:07 pm
דורך ישראל קאפקע
דאנדי איינע פון די גרעסטע געביטן איז די ערשטע וואס שטימט יא! און טוישט דראסטיש די ביז איצטיגע ציפערן,
סך הכל
ניין 50.8%
יא 49.1%
די נאכט איז ווייט פון פאריבער!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:13 pm
דורך ישראל קאפקע
דאנבארטאנשער (אדער עפעס אזוי) שטימט יא!
סך הכל
ניין 50.17%
יא 49.83%
0.36 א חילוק!!!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:16 pm
דורך ישראל קאפקע
אוי
ניין 50.05%
יא 49.95%
0.1 דיפערענץ!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:20 pm
דורך ישראל קאפקע
ניין 53.13%
יא 46.87%
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:26 pm
דורך פליקער
פארוואס קען זיך א לאנד ציטיילען מיט איין שאלה ווילט איר זיך ציטיילן יא אדער ניין, און ווען איך וויל אראפלאדן איי או 8 ברויך איך אינטערשרייבן אכט בלעטער פון טערם'ס מיט קאנדישן'ס, (קרעדיט דזשימי קימל)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:30 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:40 pm
דורך שמערל
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:וואס האט שאטלאנד מיט סקאטלענד?
דאס זעלבע וואס שולע האט מיט סקול,
א גרויסער חילוק, סקול שרייבט מען sch בעת וואס סקאטלענד קומט נאר מיט א sc, אן א h.
אבער איך זע האסט שוין געטוישט צו שעטלאנד גאר, וואס איז דאס?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:00 am
דורך ישראל קאפקע
שמערל האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:וואס האט שאטלאנד מיט סקאטלענד?
דאס זעלבע וואס שולע האט מיט סקול,
א גרויסער חילוק, סקול שרייבט מען sch בעת וואס סקאטלענד קומט נאר מיט א sc, אן א h.
אבער איך זע האסט שוין געטוישט צו שעטלאנד גאר, וואס איז דאס?
שעטלאנד איז איין דיסטריקט אין שאטלאנד,
שאטלאנד איז די אידישע נאמען פאר Scotland,
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:04 am
דורך ישראל קאפקע
שאטלאנד אדער סקאטלאנד, קיין זעלבסטשטענדיגקייט גייען זיי נישט האבן לויט וויאזוי עס קוקט יעצט אויס,