בלאט 1 פון 1

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:11 pm
דורך כוכב
סעם העריס איז אין שנה ראשונה...
זאג אים ס'וועט דורכגיין...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 3:57 pm
דורך יאיר
זייער אינטערעסאנט, סופר ומונה, און א דאנק פאר'ן באשרייבן. א קליין תיקון טעות: די געשיכטע האט פאסירט מיט מייקל שערמער, דער זעלבסט דערקלערטער אולטימאטער סקעפטיקער.
סעם העריס גראדע האט שוין אויך אנגעהויבן אביסל תשובה טון, ער גייט ארויסגעבן בקרוב א בוך וואס באשרייבט ווי אזוי אן אטעאיסט קען אויך האבן ספיריטואלע מאמענטן, און שילדערט א רירנדע מאמענט פון זיין פריוואטע מעמד הר סיני, ווען ער איז געשטאנען אויף דעם בארג אויף וועלכן דער היסטארישער "צערמאן" האט געזאלט געגעבן ווערן.
חזור בך, מייקל, חזור בך, העריס. שערי תשובה לא ננעלו...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:14 pm
דורך מאטי
פארוואס דארף ספיריטואלע מאמענטן מאכן אן אטעאיסט תשובה טון. אפילו אזאלכע אפיקורסים ווי לארענס קרויס און ריטשארד דואקינס האבן אויך ספיריטואלע מאמענטן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:17 pm
דורך פליקער
ווי אזוי ברויך מען די עובדה אנקיקן מיט אמונה, איך ברויך איצט קלערן אז עס האט פאסירט א נס, דער באשעפער האט אראפ געשיקט זיין געזאנג פאר א מתנה לכבוד די גרויסע מעמיד החתונה, איך וועל סאך ענדערש פארענטפערן אז די פארל האבן איינגענימען עטליכע פארבאטענע העלוסינאציע מאטריאל, אזש אז זיי האבן אנגעהויבן הערן מוזיק פון מאדנע ערטער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:29 pm
דורך פארוואס?
הייסט עס מיר גייען איהם טרעפן די וואך שבת אין ראדני?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:46 pm
דורך טאמבל סאס
We gave up and put it at the back of a desk drawer in our bedroom.
Three months later, after affixing the necessary signatures to our marriage license at the Beverly Hills courthouse, we returned home.....
ס'קען נישט זיין אז ס'האט געארבעט דריי חודשים און דערנאך געסטאפט? ווען ער איז פארנומען געווען פארדעם מיט די צוגרייטונגען און גערודער האט ער נישט צוגעלייגט קאפ דערצו. חוץ מזה דענק איך אז אלס קינד האב איך אמאל פרובירט צו מחבר זיין א קארדלעס מייק (און א קיבאורד) מיט א רעגולער מיוזיק ספיקער און פלוצים האט די ראדיא זיך געלאזט הערן דערפון. כ'ווייס נאך עד היום נישט וואס דארט האט פאסירט, אבער מסתם עפעס צוטוהן מיט פריקענציעס. מסתמא איז געווען דארט נאך מוזיק אינסטרומענטן אין זיין הויז לכבוד די מאורע און א ענליכע פארקערטע פענאמענאן האט ווארשיינליך פאסירט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 5:52 pm
דורך אפטעמיסט
איך כאפ נישט וואס גענוי האט אזוי צעשאקעלט דעם שערמער. מיין אייפאד האט זיך אויך גענומען ארבעטן נאכן אריינפאלן אין וואסער און נישט ארבעטן פאר א ירח ימים. נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס. מה כל הרעש? וואס פונקט איז אזוי מאדנע און אומגלויבלעך דא אז ס'האט "דערשיטערט און צעשאקלט זיין סקעפטיציזם"?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:07 pm
דורך רויטע וואנצעס
מאטי האט געשריבן:פארוואס דארף ספיריטואלע מאמענטן מאכן אן אטעאיסט תשובה טון. אפילו אזאלכע אפיקורסים ווי לארענס קרויס און ריטשארד דואקינס האבן אויך ספיריטואלע מאמענטן


די מאמענט איז נישט נאר געווען ספיראטול, ס'איז אויך געווען אין זיינע אויגן א מאמענט מיט א חשבון. א זאך וואס געשעהט מיט א חשבון איז השגחה, אין וואס אן אפיקורס גלייבט נישט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:15 pm
דורך קאווע טרינקער
איך בין אויך נאר א מאמין צוליב וואס מיין ראדיאו ארבעט.
וויאזוי ארבעט א ראדיאו?
כ'ווייס נישט.
כ'ווייס נישט אלעס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:22 pm
דורך יאיר
אפטעמיסט האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס גענוי האט אזוי צעשאקעלט דעם שערמער. מיין אייפאד האט זיך אויך גענומען ארבעטן נאכן אריינפאלן אין וואסער און נישט ארבעטן פאר א ירח ימים. נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס. מה כל הרעש? וואס פונקט איז אזוי מאדנע און אומגלויבלעך דא אז ס'האט "דערשיטערט און צעשאקלט זיין סקעפטיציזם"?

מילא, אז פון א שטיקל שטויב איז געווארן אן איינשטיין, אז פילאזאפן מוטשען זיך פון וואו מאראל קומט, אז ביליאנען געלעקסיס און שטערנס ווערן געבוירן און שטארבן, אז מאשינען פון פלייש און בלוט קענען טראכטן און פילאזאפירן, פרעגן און ענטפערן, פילן און פארשטיין, דאס איז דאך אזוי פשוט. ממש ער קען נישט פארשטיין דעם נארישן רעליגיעזן מאן וואס די קשיות מוטשען אים אפילו. אבער אז מען רירט אן זיינע פערזענליכע הרגשים, דאס איז שוין גאנץ עפעס אנדערש.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:27 pm
דורך נהורא נפישא
כ'פארשטיי נישט פארוואס עס איז אים נישט בייגעפאלן אז עס איז גאר זיין מופת, דאס אז ער האט באשלאסן חתונה צו האבן פונקט דאן ווען די ראדיא דארף זיך נעמען ארבייטן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 6:31 pm
דורך איחוד פעלד
בכלל דארף מען אים מעורר זיין, אז לויט דער דברי יואל טאר מען נישט גלייבען אז הקב"ה מאכט א נס דורך א דבר האסור. און היות דער ראדיא איז טמא, איז מען א כופר אויב מען גלייבט אז דאס איז א נס.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 9:14 pm
דורך אפטעמיסט
בקיצור, פון היינט און ווייטער איז ממש א מחיה. נעקסטע מאל איך טרעף א גוי וואס לאכט אפ פון מיין בארד און פיאות שלעפ איך פשוט ארויס מיין אייפאד און כ'מאך אים שטיל. "דע מה שתשיב" איז גרינגער געווארן אדאנק מייקל שערמער. יש קונה עולמו בשעה אחת!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:54 am
דורך [NAMELESS]
די פאקט מיט א גרויס טייל פין די בארימטע אטעיסטן איז אז זיי ספעציעלירן זיך נישט אין די ליין ווי זיי האבן אריינגעטרעטן ריטשארד דוקינס לורענס קראוס מייקל שערמער האבן קיינמאל זיך נישט טרענירט אין פילעסאפיה אין לאגיק אי טיאלעדזי זיי זענען בסה''כ (אפשר) סייענטיסטן וואס האבן אריינגעבלאנדזעט אין א פעלד ווי זיי ביילאנגן נישט אין פארדעם מאכן זיי אפט פשוטע לאגישע טעותים
אין פארדעם איז נישט קיין חידוש אז שערמער ווערט אזוי איבערגענימן פין א נארישע אינצידענט ווייל ער איז נישט גענוג אויסגעקאכט פילאסאפיש אין זיינע שיטות אז ער זאל נישט ציפאלן פין אזעלכע נארישקיייטן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
אבטולמוס האט געשריבן:נישט ממש קיין פארגלייך, אבער באותו ענין. הרב נתן סליפקין, נישט קיין מאמין אין השגחה פרטית, ווערט נתפעל פון פאזיטיווע צופאלן אין זיין לעבן.
http://www.rationalistjudaism.com/2014/ ... again.html

איך פארשטיי עם נישט לויט ווי ער זאגט דארט בעיסט ער זיך אויף די ראשונים אין לפי ידיעתי זענען זיי נישט שולל השגחה פרטית נאר געווענליך איז עולם כמנהגו נוהג אבער עס איז דא פעלער ווי השי''ת מישט זיך יא אריין איז וואס איז ער אזוי איבערגענימן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:10 pm
דורך יאיר
דאס ווייזט אונז ווי קאמפליצירט דער מענטשליכער כאראקטער איז. א מענטש קען זיך נישט באפרייען פון פרימיטיווע רעליגיעזע געפילן ווי שטארק ער זאל נאר וועלן. א שאד נאר אז סליפקין נעמט דאס נישט אביסל ווייטער צו ערקלערן די אומראציאנעלע שיטות פון חרדים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:43 am
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:נישט ממש קיין פארגלייך, אבער באותו ענין. הרב נתן סליפקין, נישט קיין מאמין אין השגחה פרטית, ווערט נתפעל פון פאזיטיווע צופאלן אין זיין לעבן.
http://www.rationalistjudaism.com/2014/ ... again.html

כ'פארשטיי נישט: פונקט ער, (הרב סליפקין) וועלכער גלייבט נישט אין די טראדיציאנעלע השתלשלות פון בריאת שמים וארץ זאל יא גלייבן אז אין די אויסגערעכנטע פעלער איז געווען "השגחה פרטית". וואס מ'קען אייגנטליך מסביר זיין מיט א נאטורליכן פענאמען. די טעאריע פון "פראבאביליטי". "סטאטיסטישע באשטימטקייט". ד.מ. אז נאך א באשטימטע צאל פון פראוון זענען זיינע שאנסן פון הצלחה אומגעהויער פארגרעסערט געווארן...!
איך בין זייער סקעפטיש אין זיין אמונה אין דאזיגן קאנצעפט.
די זעלבע איז ביי דעם "פאקט" אז, פונקט ביי מייקל שערמער האט זיך דער ראדיא גענומען ארבעטן --אפילו אויף א קורצער ווייל-- דורך השגחה פרטית. א זאך וואס האט הונדערטער נאטורליכע הסברים...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:38 pm
דורך מילכיג
יאיר האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:איך כאפ נישט וואס גענוי האט אזוי צעשאקעלט דעם שערמער. מיין אייפאד האט זיך אויך גענומען ארבעטן נאכן אריינפאלן אין וואסער און נישט ארבעטן פאר א ירח ימים. נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס. מה כל הרעש? וואס פונקט איז אזוי מאדנע און אומגלויבלעך דא אז ס'האט "דערשיטערט און צעשאקלט זיין סקעפטיציזם"?

מילא, אז פון א שטיקל שטויב איז געווארן אן איינשטיין, אז פילאזאפן מוטשען זיך פון וואו מאראל קומט*, אז ביליאנען געלעקסיס און שטערנס ווערן געבוירן און שטארבן, אז מאשינען פון פלייש און בלוט קענען טראכטן און פילאזאפירן, פרעגן און ענטפערן, פילן און פארשטיין, דאס איז דאך אזוי פשוט. ממש ער קען נישט פארשטיין דעם נארישן רעליגיעזן מאן וואס די קשיות מוטשען אים אפילו. אבער אז מען רירט אן זיינע פערזענליכע הרגשים, דאס איז שוין גאנץ עפעס אנדערש.

יאיר, וואס מיינט דעיס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:53 pm
דורך יאיר
אז עס איז זייער שווער (אדער אוממעגליך) צו פארשטיין געבן פארוואס א מענטש איז/דארף זיין מאראליש אן גלייבן אין עפעס א סארט גייסטישער כח.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:42 am
דורך berlbalaguleh
איחוד פעלד האט געשריבן:בכלל דארף מען אים מעורר זיין, אז לויט דער דברי יואל טאר מען נישט גלייבען אז הקב"ה מאכט א נס דורך א דבר האסור. און היות דער ראדיא איז טמא, איז מען א כופר אויב מען גלייבט אז דאס איז א נס.

אבער וואוינען צוזאמען מיט זיין גוירלפרענד ביז די חתונה מעג מען. ס'איז נאר א דרבנן. אדער אפשר א חומרא בעלמא...!