בלאט 1 פון 2

די גוטע זאכן פון שנת תשע"ד

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער סדר העולם איז צוקוקן אביסל נעגאטיוו אויפן עבר, און מיט אסאך האפענונג אויפן עתיד. תחל שנה וקללותיה, החל שנה וברכותיה. לאמיר אבער נישט פארגעסן אז די יעצטיגע תחל, איז געווען פאריאר'ס החל, און אפרישעיטען די גוטע זאכן וואס זענען נשפע געווארן דורך די זיס האניג ראש השנה תשע"ד.

וזה החלי:

ר' יעקב עסטרייכער אנטלאפן סוקסעספול פון באליוויע.

נייע שטעטל געגרינדעט אין בלומינבורג, ניו יארק.

ריונועל באריכטעט א ריז'גען הייב און קודני נדבות.

היימישער אינגערמאן גראדירט פון ישיבה אינעווירסעטי מיט הויכע צייכונגען.

לעצטע בחור פון אסירי יאפאן, באפרייט פון ישראלי תפיסה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:49 pm
דורך אויסגערוט
עזרת נשים צו הייבען דער ניווא פון צניעות ביים בארא פארקער ציבור

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:50 pm
דורך קאווע טרינקער
באבובע דין תורה געענדיגט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:56 pm
דורך נהורא נפישא
כמיין אז דאס איז אויך א גאנץ פאזיטיווע נייעס, מ'האלט ערענסט ביים פארהאנדלן אז מזאל אויפהערן גראבן אין בית שמש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 8:58 pm
דורך אפטעמיסט
אשכולות אויפוועקער עפענט א ניק

נאר„פרייליך רעזיגנירט

כינוס כלל ישראל אין וויליאמסבורג

צימערמאן ארעסטירט

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:02 pm
דורך אויסגערוט
אפשר באלאנגט דא די אלכסנדר/בעלעד מחלוקות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
קינד געראטעוועט פון גאראזש געיט אין ווילאמסבורג.

חרדישע ציבור באגריסט נייע אויסגאבע מאמענט.

וועלט עקאנאמיע אויפן וועג ארויף.

אייז באקעט זשאלענזש נעמט איין די וועלט; 100 מיליאן נתנדב געווארן פאר עי. על. עס. ריסורטש און סופארט.

נייע בעלזע געגענט אין לעיקוואד. 150 דירות ווערן געבויעט.

קאווע שטיבל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:38 am
דורך רויטע וואנצעס
קאווע בלעטער

שבת אחים

גבאים פראגראם

מערסטע לייקס אויף א אשכול

הכתרת [tag]קעלנער[/tag]

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:50 am
דורך ישראל קאפקע
מעסיגע פירערשאפט נעמט איבער אין איראן,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:44 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:באבובע דין תורה געענדיגט.

איך ווייס נישט צו דאס איז אזוי גוט!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 10:12 am
דורך מאטי
רויטע וואנצעס האט געשריבן:קאווע בלעטער

שבת אחים

גבאים פראגראם

מערסטע לייקס אויף א אשכול

הכתרת קעלנער

moti107 טוישט זיך צו "מאטי"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:04 pm
דורך berlbalaguleh
גרינדונג פון די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא. לאזן הערן "עדס" אויף די טמא,נע ראדיא. און אין די חשוב'ע, וועלט בארימטע צייטונג, דער ניו יארק טיימס. אויפ צו קלערן פאר די חסידי אומות העולם פון די אראבישע וועלט און אלע חשוב'ע און וואוילע גויים אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די מדינה הטמאה. און אינז האמיר נישט קיין חלק דערין. :lol: :roll: :roll: :lol: :roll: :twisted: :x :oops: :cry: :o

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 3:24 pm
דורך ישראל קאפקע
berlbalaguleh האט געשריבן:גרינדונג פון די הייליגע ארגאניזאציע נטרונא. לאזן הערן "עדס" אויף די טמא,נע ראדיא. און אין די חשוב'ע, וועלט בארימטע צייטונג, דער ניו יארק טיימס. אויפ צו קלערן פאר די חסידי אומות העולם פון די אראבישע וועלט און אלע חשוב'ע און וואוילע גויים אז אינז ערליכע אידן זענען קעיגן די מדינה הטמאה. און אינז האמיר נישט קיין חלק דערין. :lol: :roll: :roll: :lol: :roll: :twisted: :x :oops: :cry: :o

ר' בערל זעהט אן התחדשות אין אן אלטער אנגאניזאציע,

ר' בערל האט פארשפרייט 67,291 סמייליס אויף קאווע שטיבל אין תשע''ד, זייענדיג מזכה 1,462 אידן 31,527 מאל מיט שמחה, :דאבללייק:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
ר' ישראל קאפקע שליט"א: יישר כח. דאס איז א סטאטיסטיק וואס מ'קען זיך מיטנעמען צום יום הדין. לגבי די התחדשות פון די אלטע ארגאניזאציע וואס הייסט נטרונא.וויל איך נאר אזויפיל זאגן. הלוואי זאל טאקע מקוים ווערן דער ציל פון די גרינדערס פון נטרונא. זיי מיינען דאך זיכער גוט.. די אייבישטער זאלל העלפן אז אידן זאללן טאקע ניצול ווערן פון די ידי עשיו וישמעאל דורך זייערע פעולות. איך וועל זיין גליקליכער פון דעם רייכסטן לאטערי געווינער, ווען איך וועל הערן אז די אנטיסעמיטן האבן זיך צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, ח"ו פאר א איד אין זכות פון די אויפקלערונגען... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:49 pm
דורך שמעקעדיג
תשע"ד וועט געדענקט ווערן אלס דער געשמאקסטער זומער מיום עמדי על דעתי. אזעלכע זומער וועטערס פאסט גארנישט פאר ניו יארק. חוץ די 2 לעצטע וואכן וועלכע איז געווען ברוטאל הייס/יומיד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:16 am
דורך לית דין בר נש
זאג נאר די גידענקסט שוין נישט די זומער פון תשי"ג? אוי איז יענץ גיוועהן געשמאקע וועטערס און אפילו די לעצטע צוויי וואכן איז גיוועהן פיין לופטיג!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:58 am
דורך קאווע טרינקער
בעסטע זאך פון תשע"ד: ס'נאר דא 4 טעג סליחות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:18 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:זאג נאר די גידענקסט שוין נישט די זומער פון תשי"ג? אוי איז יענץ גיוועהן געשמאקע וועטערס און אפילו די לעצטע צוויי וואכן איז גיוועהן פיין לופטיג!

זאג נאר, ר' ל.ד.ב.נ. שליט"א. אפשר געדענקסטו וועלכע ברענד פעמפערס דיין מאמע האט געקויפט אין יאר תשי"ג, ביי שטערן באטשי אין גראסערי. די מיט א הכשר אדער אן. די גוי'אישע?!... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:37 pm
דורך אויליגער
גראדע איז די מחלה פון האבן א הכשר אויף יעדע זאך ווי

פעמפערס
בעבי ווייפס
בעקעלעך
וכו. וכו.

א נייע זאך וואס גייט אריין און איסור פון חדש אסור מן מעוררים

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:46 pm
דורך שמעקעדיג
נאך א גוטע זאך פון תשע"ד - די פרייזן פון געז איז דראסטיש רעדוצירט געווארן, נאך יארן לאנג זיין ביי ארום $4.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:00 pm
דורך berlbalaguleh
אויליגער האט געשריבן:גראדע איז די מחלה פון האבן א הכשר אויף יעדע זאך ווי

פעמפערס
בעבי ווייפס
בעקעלעך
וכו. וכו.

א נייע זאך וואס גייט אריין און איסור פון חדש אסור מן מעוררים

ניין: דאס לערנט מען ארויס פון פסוק "אסר בשביל שתתעשר". זאלסט אלעס אסר'ן, כדי דו זאלסט קענען רייך ווערן, פון צו שטעלן די זעלבע זאך. נאר יענעמ'ס איז אסור און טריפה.
כדוגמת: באר מיים/מים חיים
דער איד/צייטונג/בלאט
חוסטער לאקשן/איצקאוויטץ (ע"ה(
סאראטאגא/מים חיים
שטערן-שפאקטיוו/בלאט-איד
קליינ'ס אייזקרים/מהדרין
לאנג איילענד ווייטץ/אריזאנא ווייטץ
ועוד הרשימה ארוכה. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:08 pm
דורך petergrifin
berlbalaguleh האט געשריבן:
לית דין בר נש האט געשריבן:זאג נאר די גידענקסט שוין נישט די זומער פון תשי"ג? אוי איז יענץ גיוועהן געשמאקע וועטערס און אפילו די לעצטע צוויי וואכן איז גיוועהן פיין לופטיג!

זאג נאר, ר' ל.ד.ב.נ. שליט"א. אפשר געדענקסטו וועלכע ברענד פעמפערס דיין מאמע האט געקויפט אין יאר תשי"ג, ביי שטערן באטשי אין גראסערי. די מיט א הכשר אדער אן. די גוי'אישע?!... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o


דאכסט זיך מיר (כ׳גדענק נישט ;)) אז אין תשי״ג האט מען נאך גענוצט דײפערס.

פיר טאג סליחות

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:25 pm
דורך אלעס איז גיט
דאס אז ע"ס איז דא נאר פיר טעג סליחות דאס איז געווען פאריאר אויך