בלאט 1 פון 3

איך זוך א נוסח

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:36 pm
דורך איך אויך
העלא אלע חברים

איך וויל געבן א מתנה פאר א חבר מיינער וואס הייסט אהרן און זיין ווייב הייסט מרים. איך קלער אז אזוי ווי ביידע זענען פיר אותיות וואלט געווען שיין אויב די ערשטע אות פון די שורה איז זיין נאמען און די לעצטע אירס.
אלזא דארף איך א נוסח של ארבעה שורות.

א דאנק פון פאראויס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
וועלכע שפראך, און פאר בערך וועלכע סיבה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:51 pm
דורך כוכב
און וויפיל ווילסטו צאלן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:54 pm
דורך פישלע העררינג
א הרן שקול כנגד כול מ

ה וא הגבר וכנגדו העז ר

ר ב טוב וטוב עד בל ד י

נ חת ושמחה עד עול מ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:00 pm
דורך גנדי
אין לנו מילים
הודות והודי' ויתפאר
רון ושיר מכובדי
נסיים עם ברכות מרובים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:01 pm
דורך כוכב
אביסל אנדערש :

אהרן להגיד שבחו אוהב שלום
הכן הנני לזולת בסיוע ועז ר
רון שיר ושבחות עדי בלי די
נחת ירווה מלוא חפניים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:08 pm
דורך היימישער ליטוואק
אל חבירי היקר אהרן, ולזו' מרס. מרים
הרי זה בכי יותן לידיד נעורים וחבר
רגשי לבבי החמות בזה אביע, לרע כאח לי
נזכה כולנו להיכתב בספר חיים טובים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 5:47 pm
דורך אפטעמיסט
א יך אויך איז מיי נעי מ

ה על איך געבן פא ר

ר' אהרן און זיין פרו י

נ אדיר א מתנת חנ ם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:15 pm
דורך אחד העם
אל נפשי צמוד, על ליבי כחותם
הנה האהוב, לי לכבוד ולפאר
רם ונשגב, ברכות לך ישגר לשי
נר למשחינו תאיר, בקרב ימים

זאלסט מעלדן ביטע וועלכע ביסט בוחר.
כוויל פארשטיין, ווער זאגט דיין חבר קוקט נישט אויף ק"ש? אפשר שיקסטו'ס גאר פאר א חבר פון ק"ש?!, איך בין דיין חבר, און די פזמון וועל איך מיר אליינס מאכען... אבער שיק שוין....

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:56 pm
דורך איך אויך
פשיהא! הלואי זאל איך און איר אלע אייביג געהאלפן ווערן אזוי שנעל מיט אלעס וואס מען דארף.

שפתיים ,לשה''ק איז לכאורה בעסער פאר דברי שבח וברכה. איך וויל זיי געבן א מתנה אלס הכרת הטוב.


כ'קלער צו קויפן א גרויסע ברייטע רבישע מעסער און דערויף איינקריצן 'החותך חיים לכל חי' אדער 'מחיי החיים הוא יתן אל' און דערנאך איינע פון די פארגעשלאגנע נוסחאות (זאל איך מאכן א אנקעטע?)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 6:57 pm
דורך איך אויך
כוכב'ל ,פארוואס האסטו זיך בארעכנט צו געבן בחינם?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאלאנט פארמעסט אלול תשע"ד אין פראגרעס.

כוכב געבט בחינם נאר די ערשטע מאל פאר אדווערטייזמענט. נעקסטיים וועט נישט איבערבלייבן גענוג געלט פאר די מתנה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:30 pm
דורך איך אויך
אלס גבאי פון אזא ברייטפארצווייגטע שטיבל זענט איר דאך זיכער רגיל בנוסחאות און מי שברך'ס סאו לאמיר הערן וואס איר האט פארצושלאגן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:03 pm
דורך שפתים ישק
א -ל חי יחתוך לכם חיים ארוכי מ

ה רווחה והרחבה בכל ענין ודב ר

ר יש שתא סימנא מילתא למזל י

נ פשות וחסרונן למלא משאלות מ

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:11 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
wow די עולם דא ווארפט זיך מיט טאלאנטען
דא א טיש ערגעץ ווי איך קען זיך באהאלטען אונטער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
א'הרן רודף שלום - מרים רודפת חסדי'ם.

ה'חותך חיים ואושר - ישלם אתכם ביוש'ר.

ר'אש השנה ה'תשע"ה - ישפיע ברכות עד בלי ד'י.

נ'דבת ליבכם על ליבי תמידים - יישר חילא טייערע ידידי'ם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:13 pm
דורך הערשי
אהרן פרעה לשמצה בקמיהם
הלה ואביה ירוק בפניה תסגר
ראה לפניכם היום את הקללה אנכי
נותן, שונא מתנות יחיה, יאריך ימים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 11:22 pm
דורך שמעקעדיג
הערשי, לויט דיין נוסח, געוואלד, אהרן און מרים זענען דאך ברודער/שוועסטער...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 12:50 am
דורך אחד העם
אשא רוחי, אשפוך נפשי, אל אהובים
החיים לכם, ה' יחתוך, הטוב בל יחסר
רק טוב, רב ברכות, רחמי ומזוני רוויחי
נעימת החסד,נימי הרחמים, נהיה נחלתכם

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 2:33 am
דורך געפילטע פיש
א'הרן ה'שלום ר'ודף מ'אוהבי'ם
ה'לוא, גם-בנו דיב'ר
ר'אש בשנה חי וקיים יחתוך לכם ח'י
נ'פלאת עלי אהבתכם מאהבת נשי'ם

נ"א נ'עמתם לי מאוד, ידידכם אוהבכ'ם... (חתום בשם)

או נ'צח ולעולמי'ם אכי'ר חסד'י שניכ'ם.

(דאס געשעט ווען מ'פראבירט אריינצושטופן פסוקים וואס קומען נישט אריין און ר"ת אין יעדע שורה, אין אנדערע ווערטער, איך טויג אויף כפרות)

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:12 pm
דורך איך אויך
העלאו אמיגאס
עטץ האטס מיר אזוי שיין געהאלפן די פריערדיגע מאל און איך וויל אייך נאכאמאל בעטן פאר א נוסח.

א באקאנטע מיינע איז לעצטענס אדורך א טראגעדיע ל''ע און איך וויל עם עפעס קויפן וואס זאל עם אביסל מחזק זיין.

זיין נאמען איז אלימלך אדער אלימלך הכהן ,ווער עס קען טראכטן פון א פאסיגע נוסח זאל ביטע ארויפלייגן. א ייש''כ פון פאראויס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:23 pm
דורך ירח בן יומו
ווי אזוי הייסט זיין ווייב? (אויב ער האט נאך\שוין איינס).

נשלח: דינסטאג יאנואר 13, 2015 2:27 pm
דורך איך אויך
ער האט ב''ה א ווייב אבער איך ווייס נישט איר נאמען. איך קען עס אויסגעפינן אבער לכאורה פאסט נישט איך זאל אינקלאדן איר נאמען ווען אונז קענען זיך בכלל נישט.