בלאט 1 פון 2

עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:11 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
וואס איז די מעשה דערמיט?
ס'בארואידט?
ס'מאכט ארויס גיין?
ס'שמעקט?
ס'סכנות?
ס'פעסט?

אין כ'זעה מ'קען באקומען אויף איבעי פאר ממש 20 דולר, אז די עולם קויםט דא לאקעל בין איך זיכער יש דברים בגוי

אין וועלעכע פלעיווער איז גוט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 4:16 pm
דורך ונבנתה העיר
כידוע בין איך פון די גרעסטע מבינים אויף עלעקטראנישע ציגארעטן.

שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:וואס איז די מעשה דערמיט?
ס'בארואידט?
ס'מאכט ארויס גיין?
ס'שמעקט?
ס'סכנות?
ס'פעסט?

ס'בארואיגט.

מאכט לכאורה נישט ארויסגיין.

אמאל שמעקט עס, אמאל נישט [ראה להלן].

רחוק מאוד מאוד פון די סכנה פון געהעריגע ציגארעטן.

הכל לפי המבייש והמתבייש.

קודם דארף מען וויסן אז עס איז דא צוויי סארטן בכלל, רוב זענען א בעטערי וואס איז מחובר צו א כלי קיבול אין וועלכע מען גיסט אריין א ספעציעלע משקה וואס איז בעיקר ניקאטין, פלעיוואר און מאטריאל וואס גיבן ארויס א געדיכטע פארע ווען אנגעהיצט, די בעטערי הייצט אהן א ברענער וואס היצט אהן די משקה אזוי אז עס ווערט פארוואנדעלט אין א פארע [נישט רויעך] וואס האט ניקאטין און א פלעיוואר.

ווען די משקה נוצט זיך אויס דארף מען עס נאכאמאל אנפילן און פון צייט צו צייט דארף מען טוישן דעם ברענער.

דערנאך איז דא א צווייטע סארט וואו נאר די בעטערי איז איבער-נוצבאר, אויף איהם דרייעט מען ארויף א דיספאזעבל קארטידזש וואס אנטהאלט סיי די משקה און סיי די ברענער, אזוי אז ווען מען טוישט קארטידזשעס האט מען אטאמאטיש א פרישע ברענער.

מיין עקספיריענס:

פון די ערשטע סארט האב איך שוין פראבירט פארשידענע מאדעלס און משקאות, אריינגערעכענט די וואס ווערט פארקויפט אין די היימישע געגענטער בתורת 'כשר', כ'האב נישט געשעפט קיין נחת, ס'איז נישט לטעמי, עס ליעקט פון אלע זייטן, ס'איז נישט דומה אין אויסזעהן צו א ציגארעט, רובא דרובא גיבן זיי ארויס א געוויסע שמעק ועוד ועוד, איין מעלה האבן זיי אז זיי גיבן געווענטליך ארויס מער פארע ווי די צווייטע סארט - געוואנדן אין די פאוער פון די כלי/בעטערי.

למעשה האב איך - לאחר רוב עמל ויגיעה - געטראפן את שאהבה נפשי אין די צווייטע סארט ביי א קאמפאני מיט'ן נאמען south beach smoke, די בלויע טאבאקא פלעיוואר: עס איז אן אמעריקאנע קאמפאני מיט שטרענגע סטאנדארטן, עס איז ביליג, די קארטידזש האלט זיך לאנג [בערך א פושקע], די בעטערי'ס האלטן זיך לאנג און גיבן ארויס גאנץ א פיינע פארע [ספעציעל די לענגערע בעטערי] און עס שמעקט נישט.

פארשטייט זיך אז עס איז נישט אן אמת'ער ממלא מקום פאר ציגארעטן [איך רויכער נאך], אבער אויב ווילסטו פראבירן איז דאס די בעסטע וואס איך האב געפונען.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 10:56 pm
דורך ונבנתה העיר
נאכ'ן רויכערן דעם עלעקטראנישן פייפ 605 במשך א וואך קען איך איהם גאר ווארעם רעקאמענדירן, איך זאג בפה מלא אז אזא כלי האב איך נאכנישט געהאט.

עס פארמאגט ממש אלע מעלות שמנו חכמים, עס האט גאר א פיינעם אויסזעהן, די בעטערי האלט זיך זייער לאנג, עס ציהט זיך גאר גלאט און גרינג, יעדע קארטידזש איז בערך 75 ציגארעטן און האט גאר א געשמאקען טעם.

קויפט דוקא דעם מאדעל, דער 605, איהר קענט אריינלייגן דעם קיופאן קאוד: EPUFFER10 און באקומט 10 פראצענט ביליגער.

די סטארטער קיט קומט אין גאר א שיינע האלצערנע באקס [א מתנה פאר אייערע מענער], צוויי מויל-שטיקלעך, צוויי בעטעריעס, א ריטשארדזשער, א סחורה'נע זעקל און דריי קארטידזשעס אין אנדערע ניקאטין לעוועלס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:09 pm
דורך פישלע העררינג
[tag]ונבנתה העיר[/tag],

עס מאכט זיך אמאהל אז איינער פארייכערט זיין לולקע אין די גאס, און דער אנגענעמע (נישט ציגארעטן שמעק) ריח ניחוח אראומע צושפרייט זיך אויפן גאנצע ארום. וועלכע סארט כלי/טאבאקא איז דאס וואס שמעקט אזוי גוט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:13 pm
דורך ונבנתה העיר
דאס זענען עכטע לולקעס, ע"פ המסורה רויכערט מען זיי אפט מיט געפלעיווארטע טאבאק [עס זענען דא 'הונדערטער' סארטן] און זיי גיבן ארויס דעם פיינעם ריח.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:54 am
דורך Ben-Shishim
$129.00 ? What a bargin

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 3:54 pm
דורך ונבנתה העיר
The pipe is today 30 percent off.

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 6:10 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'הער בשם די OU אז עלעקטראנישע ציגארעטלעך דארפן א הכשר, האבן אונזערע תלמידי חכמים וואס מעיר צו זיין?

נשלח: דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:12 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב געוויסט!!!
איך האב מיר קיינמאל נישט געבראכן צו דער טעראר איך בין געבליבן מיט די פארצייטישע ציגארעטלעך וואס צאנז רב און ראפשיץ רב האבן פאררויכט און אזוי איז מען פארזיכערט אז די אויבערשטער היט אפ און מען קומט נישט צו קיין מכשול

נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 3:44 pm
דורך [NAMELESS]
..

נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:06 am
דורך איחוד פעלד
איז דאס אמת?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:05 pm
דורך ונבנתה העיר
בערך א יאר צוריק האט פיליפ-מאריס (פאבריצירער פון מארלבארא, פארלימענט וכו') ארויסגעגעבען א נייע חידוש: IQOS. עס נעמט געהעריגע טאבאק און הייצט עס אן צו 500 פערענהייט, עס גיבט ארויס א פארע אן א שמעק, עס האט א טעם ווי געהעריגע ציגארטען און דארף זיין פיל געזונטער.

בקרוב ברענגען זיי עס קיין אמעריקא. כ'האב עס נישט פרובירט.

בילד

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PTP-T6M5T0E[/youtube]

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 10:11 pm
דורך מפוזרי
מעדות החברים (איך אליין רייכער נישט) איז עס זייער גוט און געשמאק.

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 11:50 pm
דורך פליקער
איך האב עס יא פראבירט, איך מיז זאגן אז עס איז א חידוש, ממש געשמאק, מסתם בעסער ווי א ציגארעט, איך האב עס פין יאפאן. מה שנוגע געזינט, זייער טרעק רעקארד איז נישט גוט, זיי האבן ווייניג קרעדיט, צופיל קרעדיט און מינאפילירן דעם עולם.

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 11:51 pm
דורך פליקער
לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב געוויסט!!!
איך האב מיר קיינמאל נישט געבראכן צו דער טעראר איך בין געבליבן מיט די פארצייטישע ציגארעטלעך וואס צאנז רב און ראפשיץ רב האבן פאררויכט און אזוי איז מען פארזיכערט אז די אויבערשטער היט אפ און מען קומט נישט צו קיין מכשול

סארי או ברעיק יאר באבל, זיי האבן גערייכער לולקע ציבעך'ס, אידיש פאר וויד.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:14 pm
דורך ונבנתה העיר
פליקער האט געשריבן:איך האב עס יא פראבירט, איך מיז זאגן אז עס איז א חידוש, ממש געשמאק, מסתם בעסער ווי א ציגארעט, איך האב עס פין יאפאן. מה שנוגע געזינט, זייער טרעק רעקארד איז נישט גוט, זיי האבן ווייניג קרעדיט, צופיל קרעדיט און מינאפילירן דעם עולם.

און די קאסט איז גארנישט ווייניגער ווי געהעריגע, ריכטיג?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 12:17 pm
דורך פליקער
ונבנתה העיר האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך האב עס יא פראבירט, איך מיז זאגן אז עס איז א חידוש, ממש געשמאק, מסתם בעסער ווי א ציגארעט, איך האב עס פין יאפאן. מה שנוגע געזינט, זייער טרעק רעקארד איז נישט גוט, זיי האבן ווייניג קרעדיט, צופיל קרעדיט און מינאפילירן דעם עולם.

און די קאסט איז גארנישט ווייניגער ווי געהעריגע, ריכטיג?

יא עטוואס בילכיגער

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: מיטוואך יוני 14, 2017 12:50 pm
דורך הר הבית
איינער האט אפשר אפאר heets שאכטלעך צו פארקויפן?
איך האב געקויפט אויף eBay אבער ביז ס׳קומט אן האבעך נישט


Sent from my iPhone using Tapatalk

פארקויפן ציגארעטן פאר בחורים

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:42 pm
דורך פליקער
לעצטענס באגעגען איך זיך מיט גאר קליינע בחורלעך וואס רייכענען סיי ציגארעטן און ווי אויך לעקטערישע ציגארעטלעך, און עס טוט מיר זייער וויי, פון וואנעט נעמען זיי די סחורה, האב איך געמאכט א שטיקל אינוועסטיגעשן און געוואויר געווארן אז עס זענען דא אידישע סטארס וואס פארקויפן עס פאר קליינע בחורלעך און צימאל אפילו אינגלעך, וויל איך וויסן אויב עס איז ליגאל צי פארקויפן א לעקטרישע ציגארעט פאר א מיינער אדער נישט, און אויב איז עס נישט ליגאל מעג מען אזאנעם איינמסרן אדער נישט.

נשלח: דאנערשטאג יוני 15, 2017 5:16 pm
דורך קורקלענד
פליקער האט געשריבן:לעצטענס באגעגען איך זיך מיט גאר קליינע בחורלעך וואס רייכענען סיי ציגארעטן און ווי אויך לעקטערישע ציגארעטלעך, און עס טוט מיר זייער וויי, פון וואנעט נעמען זיי די סחורה, האב איך געמאכט א שטיקל אינוועסטיגעשן און געוואויר געווארן אז עס זענען דא אידישע סטארס וואס פארקויפן עס פאר קליינע בחורלעך און צימאל אפילו אינגלעך, וויל איך וויסן אויב עס איז ליגאל צי פארקויפן א לעקטרישע ציגארעט פאר א מיינער אדער נישט
http://www.publichealthlawcenter.org/resources/us-e-cigarette-regulations-50-state-review/ny

נשלח: זונטאג יוני 25, 2017 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
לייען איך יעצט אז מען גייט פארבאטן עלעקטראנישע ציגארן אין פובליק פלעצער, פונקט ווי די געהעריגע ציגארן.

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: מאנטאג יוני 26, 2017 3:46 am
דורך טרויבן88
שמעקעדיג האט געשריבן:לייען איך יעצט אז מען גייט פארבאטן עלעקטראנישע ציגארן אין פובליק פלעצער, פונקט ווי די געהעריגע ציגארן.

אין זייער אסאך פלעצער האט די עלעקטרישע די זעלבע דין ווי די געהעריגע ציגארעטל, ווי למשל שפיטעלער, עראפלאנען, באסעס, אבער לעגאל איז עס, די פראבלעם איז אז אפילו טעכניש איז עס לעגאל וועט איר באקומען א טוץ קללות פארן רייכערן די עלעקטרישע עניוועי... ואני עד לזה

Re: עלעקטריק ציגערעטל אין אלץ ארום

נשלח: מיטוואך יוני 28, 2017 8:25 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ונבנתה העיר האט געשריבן:נאכ'ן רויכערן דעם עלעקטראנישן פייפ 605 במשך א וואך קען איך איהם גאר ווארעם רעקאמענדירן, איך זאג בפה מלא אז אזא כלי האב איך נאכנישט געהאט.

עס פארמאגט ממש אלע מעלות שמנו חכמים, עס האט גאר א פיינעם אויסזעהן, די בעטערי האלט זיך זייער לאנג, עס ציהט זיך גאר גלאט און גרינג, יעדע קארטידזש איז בערך 75 ציגארעטן און האט גאר א געשמאקען טעם.

קויפט דוקא דעם מאדעל, דער 605, איהר קענט אריינלייגן דעם קיופאן קאוד: EPUFFER10 און באקומט 10 פראצענט ביליגער.

די סטארטער קיט קומט אין גאר א שיינע האלצערנע באקס [א מתנה פאר אייערע מענער], צוויי מויל-שטיקלעך, צוויי בעטעריעס, א ריטשארדזשער, א סחורה'נע זעקל און דריי קארטידזשעס אין אנדערע ניקאטין לעוועלס.

כהאב מיך דערמאנט ווי קען מען שאפן ?

Out of stock