בלאט 1 פון 1
wow א קליפ פון אידן תרצ''ד ראש השנה אין נ.י. שול און תשליך
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 3:36 pm
דורך לעמיל
א קליפ פון 1933 אידן ראש השנה אין נ.י. ווארפן ברויט אין וואסער און דאווענט. אויך זעט מען מענטשן האנדלן וואנדלען אויף די גאסן. א גוט געבענטשט יאר אלע אידן.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uyHy78VVkVE[/youtube]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:23 am
דורך גנדי
Wow.
האט איר באמערקט די שטריימעל איד וואס שאקעלט זיך דארט ביי תשליך?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:13 pm
דורך הערשי
מסתמא נישט קיין שטריימל. כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו גיין א שטריימל אין גאס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:48 pm
דורך פארוואס?
הערשי האט געשריבן:מסתמא נישט קיין שטריימל. כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו גיין א שטריימל אין גאס.
פארוואס ״מסתמא״?
אוי וויי. הערשי, איך זעה אז דיין אמונה פאנגט אן אביסל צו שוואך ווערן. עס איז זיכער נישט קיין שטריימל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:09 pm
דורך ידען
נישט קיין שטריימעל און נישט קיין אידען..
ביי אידען איז מען ביי תשליך אפגעטיילט.....
מענער עקסטער און פרויען עקסטער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:27 pm
דורך ברעט מענינג
ידען האט געשריבן:נישט קיין שטריימעל און נישט קיין אידען..
ביי אידען איז מען ביי תשליך אפגעטיילט.....
מענער עקסטער און פרויען עקסטער.
די יודישקייט איז ליידער געווען שוואך, ביז די רבי איז געקימען אויף אמעריקע.
און דער מענטש האט יא א שטריימעל נישט קיין היט
אינטערעסאנטע נוסח התפילה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:50 pm
דורך יאסל ראקאווער
criticalpast האט אסאך יידישע קליפס, שקויעך @לעמיל פאר די לינק
דא איז דא א קליפ מענייני דיומא, מיט סאונד
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=W52-bjUs2Dc[/youtube][justify][/justify]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
געוואלדיג!
אין די אלע קליפס זעהט מען שוואך אן יונגערע מענטשען. ווארשיינדלעך שוין פארכאפט אינעם שמאלץ טאפ.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:43 pm
דורך גנדי
איז מעגליך אז די קליפ אין שול איז staged?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:51 pm
דורך שמערל
מיר איז אינטרעסאנט אז אין שוהל זיצן די פרויען אינטער די מענער אנע שום מחיצה, דאכט זיך אז אין קיין שום ארטאדאקסישע שוהל היינט פירט מען זיך נישט אזוי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:39 pm
דורך פליקער
איך האלט אז די קליפ איז פאלש
ווייל דו וועסט הערן דארט מי בקיטו ומי לא בקיטו וד"פ
אויך מישן זיי אויס סליחות מיט ראש השנה
אויך בלאזן זיי שופר ווי די גרעסטע עם הארצים וואלט נישט איינגעפאלן
אויך אז זיי זאגן ונתנה תוקף זיצעדיג
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:39 am
דורך יין שרף
אזוי האט עס ליידער אויסגעזעהן ביז סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע...
אויב דו גלייבסט מיר נישט פרעג סיי וועלכע סאטמארע חסיד!
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:21 pm
דורך קרעמער1
פליקער האט געשריבן:איך האלט אז די קליפ איז פאלש
ווייל דו וועסט הערן דארט מי בקיטו ומי לא בקיטו וד"פ
אויך מישן זיי אויס סליחות מיט ראש השנה
אויך בלאזן זיי שופר ווי די גרעסטע עם הארצים וואלט נישט איינגעפאלן
אויך אז זיי זאגן ונתנה תוקף זיצעדיג
נאך סיבות פארוואס ס'איז מעגליך א שפיל:
ס'זעהט אויס ווי דער שאקלדיגער יוד\בעל תפלה\בעל תוקע קוקט אזוי זייטיג צו די קעמרע
אויך דאכט זיך מיר ווי ער זאגט: קול
השם על המים
ביים סוף זעהט מען די זיצענדע יודן אונטער'ן זינגעדיגן בקיטו\בראש השנה יכתבון שמייכלען זיך אונטער
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:17 pm
דורך ציבעלע-קיגל
הערשי האט געשריבן:מסתמא נישט קיין שטריימל. כידוע איז רביה"ק מסאטמאר געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו גיין א שטריימל אין גאס.
גראדע איז דאס נישט אמת... ער איז נישט געווען דער ערשטער.
איך פארשטיי פארוואס מען האט אזוי אריינגעבאקען ווייל מען האט געדארפט מאכען זיכער אז די פראפאגאנדע מאשין פארט גוט. פונקט אזוי ווי מען האט געזאגט אז אויב נישט סאקמערער רבי וואלטען נישט געווען קיין אידן אין אמעריקא.