בלאט 1 פון 1

נו, דער יחץ איז געלונגען?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 8:50 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ווי אזוי איז געגאנגען די תקיעות? האט ער גוט געבלאזען?
ביי אונז דער ערשטער טאג איז געווען אביסעל פראבלאמאטיש אבער דער צווייטער טאג האט מען געטוישט בעל תקיעה צו א אינגערמאנטשיקעל און עס האט געקלינגען. שוין לאנג נישט געהערט אזא שיינע שופר בלאזען זייער שיין און הויעך. זייער א פאורפאל שופר מיט א תקיעה גדולה כמעט צוויי מינוט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 8:52 pm
דורך [NAMELESS]
ביי אונז איז געוועהן זייער געשמירט. נאר די מאה קולות נאכ'ן דאווענען איז געגאנגען זייער שווער

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
אוי איז דאס געלונגען די תקיעות געשמירט וי פוטער דורך דער ראש הקהל ביי אונז וואסס האט געבלאזען די 100 קולות
איינער האט דארט געזאגט אז די טעם וואס דער ראש הקהל בלאזט 100 קולות איז ווייל דער בעל מאה ער איז דאך דער בעל דיעה אויך....

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 9:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
אונזער בעל תוקע האט זיך סומך געווען אויף לבוד ביים בלאזן תקיעה גדולה.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 9:56 pm
דורך ידען
כמעט 2 מינוט תקיעה גדולה?

מן הסתם כמעט א מינוט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:ביי אונז איז געוועהן זייער געשמירט. נאר די מאה קולות נאכ'ן דאווענען איז געגאנגען זייער שווער

ראשעקאאל: א גוטן מוצאי שבת און א גוטן מוצאי יו"ט און א גמר חתימה טובה. האסט אפשר געדאוונט אין ס--- ביהמ"ד אויף 5-- סטריעט, און די תקיעות וואס דער רבי שליט"א האט געבלאזן איז געגאנגען געשמירט, ב"ה. אבער די "מאה קולות" וואס ר' י--- האט געבלאזן איז טאקע געוועין מאה קולות. אלעס נאר נישט קיין קול שופר. קולות פון קיען, שעפסעלעך, אפילו פערד. ער האטציך שטארק געמוטשעט און ס'איז גארנישט ארויסגעקומען. איך האב פארלאזט דעם ביהמ"ד אינמיטן זיינע מאה קולות. .. :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אונזער בעל תוקע האט זיך סומך געווען אויף לבוד ביים בלאזן תקיעה גדולה.

ס'איז אינטרעסאנט אז ביי מיין רבי'ן שליט"א גייען אלע תקיעות געשמירט, בליעה"ר. אבער ביי תקיעה גדולה מאכט ער א סאך הכנות. ער דרייט דעם שופר אויף אלע זייטן. ציעט אריין א טיעפן אטעם. קוקט אריין אין ספר הקדוש מכוון צו זיין די ריכטיגע כוונות. און די תקיעה גדולה קומט אייביג ארויס א סאך קורצער ווי א געוויינליכע תקיעה... :? :lol: :roll: :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
מיין רעביצין האט געמאכט אויף מיך 100 קולות צוישען ביידע טעג צוזאמען אבער דער תקיעה גדולה איז געוועהן 5 מינוט אין איין צו

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:29 am
דורך לית דין בר נש
ווער האט דיר גיבעטן חתונה צו האבן מיט א רעביצין? האב חתונה מיט א ווייב וועסטו נישט האבן קיין מאה קולות!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:47 am
דורך [NAMELESS]
מיר האבן געמאכט א הסכם אז היות עס פאדערט זיך הונדערט קוילעס וועט מען זיך צוטיילען גלייך אויף גלייך פיפטי פיפטי אני לאשתי ואשתי לי איינער אויפן צווייטען אין ווער עס וועט שרייען העכער וועט געוינען דעם זכות צום תקיעה גדולה וואס וועט אנהאלטען גאנצע 5 מינוט
זי האט אנגהויבען צום הערשט אין די ערשטע 50 איז געוועהן א שאלה אינמיטן האט זי אנגהויבן פון פריש שפעטער איז ארויס אז ביידע 50 זענען געווהען לכתחילה כשר

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:50 am
דורך [NAMELESS]
לית דין בר נש האט געשריבן:ווער האט דיר גיבעטן חתונה צו האבן מיט א רעביצין? האב חתונה מיט א ווייב וועסטו נישט האבן קיין מאה קולות!

מיר האבן דאך אנגהויבען אזוי וי אלע אידן דעם חתונה פון דעם ערשטען טאג מיט 5 קוילעס כהלכות גוברין יהודאי

נשלח: מיטוואך אפריל 12, 2017 10:53 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך אפריל 12, 2017 10:55 pm
דורך ליפא
,