בלאט 1 פון 2

מאן אדער פרוי, וואס איז שווערער?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 11:48 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
א אינטרעסאנטע ווכויח כ'האב יעצט געהאט מיט מיין ווייב, כ'האב זיך אפ גערעדט אז תשרי איז אביסעל שווער פאר א מאן'ס פארשוין.
זי האט געזאגט מיט א גלאטע פנים אז זי וואלט עני טיים אויפגעשטאנען אפאר מאל א יאר פינף פארטאגס ווי איידער אויפשטיין יעדען טאג אינמיטן דינאאכט פאר די פיצלעך וגו'

טו מעיק עי לונג סטארי שאורט, כ'האב געטענהט אז ס'שווערע צו זיין א מאן אין זי האט געזאגט אז א פרוי איז שווערע.
אונז האבן ביידע געזאגט די פרא'ס פון די צד השני בשעתן הערען די פרא'ס פון די אייגענע ז'ענדער, אין אויך געזאגט די קאן'ס פון די אייגענע ז'ענדער
. ביטע טאמער די עולם קען זאגן זייערע חוות דעת.

א מאן.
אחריות פון פרנסה
דאוונען דריי תפילות
פייטן פארקינג טיקעטס
דרייען כפרות פאר די משפחה
שוין פונקט יעצט פאלט מיך נישט אן פארוואס מיין לעבן סאקט,

עכ''פ זי לאכט, זי טענהט אז ס'אלץ לייכטע זאכן,
פרנסה, מער וויניגער דעקט יעדער די חודש, איינער בעסער איינער לייכטער
דאוונען, כאכאכא, טשילסט אין ביהמ''ד ווי א גוי אין באר.
נאר שווער איז צו זיין א מאמע אין מגדל זיין די קינדער

נו, וואס איז טאקע שווערע?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:17 am
דורך דריידל
מ'דערציילט אז א יונגערמאן איז אמאל אריין מיט'ן ווייב אין שפיטאל ביים האבן א קינד. דער מאן האט געווארט אינדרויסן כנהוג בשעת די חבלי לידה זענען אריבער אויף די ווייב זיינער. אזוי גייט אריבער נאך א האלבע שעה, נאך א שעה און דאס געדולד פלאצט שוין באלד. ער פראבירט זיך אינטערהערן און הערט ווי זי מיטשעט זיך נעבך און די נורסעס זענען אנגעצויגן. מיטאמאל זעהט ער ווי נאך א דאקטאר קומט צו לויפן און ער פארשטייט אז ס'האט זיך געמאכט קאמפליקעישאנס. פארשטייט זיך אז ער ווערט אנגעצויגן אויף טויזענט און דרייט זיך ארים נערוועזערהייט. ענדליך נאך פיר שעה עפענט זיך די טיר און ער הערט "מזל טוב, איטס עי גירל". זאגט דער יונגערמאן "ב"ה אבי זי וועט נישט דארפן מיטמאכן דאס וואס איך בין יעצט דורך".

לעניננו, ס'זייער שווער פאר איינעם צו פארשטיין די שוועריקייטן וואס גייען פאראיבער אויפ'ן פארקערטער זשענדער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:01 am
דורך איך אויך
על פי רוב זענען די מענער העוויער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:22 pm
דורך דריידל
דעמאלטס פארוואס זענען דא מער פרויען ווי מענער אויף דייעט?

:P

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 12:39 pm
דורך מעקס
מיר קוקט אויס אז ביי אינז היימישע יונגעלייטלעך ארבעטן די פרויען זיך עפעס געפערליך איבער, ס'איז בבחינת סלעוו, געב א קוק וויפיל אזייגער די מענער פארברענגען אין שול יעדע נאכט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:54 pm
דורך אויליגער
לפי עשירות דעתי האלט איך נאך אלץ אז א מאן איז שווערער

האבענדיג א פרוי אויפן קאפ

וואס בלאזט אויף יעדע קלייניקייט

וויינט וואס סגייט איר נישט די בעסטע וואס זי שטעלט זיך פאר

על פי רוב גרויסע עקשניות

האלטען אייביג אז מ'קומט זיי די וועלט

זיי האבן האבן נישט קיין שום הכרת הטוב

וכו. וכו. וגו. ודו"ק .

(די זאכן זענען נאר עפ"י רוב)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
אויליגער איי דיסאגריע, און אפילו מען ווערט באשאנקען מיט אזא ווייב איז דא טיפס ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט זיי און עס זאל הערשן אין שטוב הארמאניע.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:52 pm
דורך אויליגער
הונדערט און איין פארצענט אבער דאס איז אמאל זיכער אז פרויען בכלליות זענען זייער סענסעטיו און זייער עמאניטצוניאל (גיט געספעלט? לכאורה נישט! )
אבער עס איז נאך אלס שווערער צו זיין דער וואס דארף געבן די טיפס ווי דער וואס באקומט דאס

Agree???

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:02 pm
דורך דולה ומשקה
אין א געוויסע זינען דער פרעשור וואס האט מאן האט לגבי ברענגן פרנסה, קען אמאל איבערוועגן אלע היים-ארבעט וואס דער ווייב טוט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:34 pm
דורך אויסגערוט
סאיז זייער שווער צו זאגן קלאר אז איינס איז בעסער ווי דער אנדערע. ביידע האבן אפס און דאונס.
א מאן בדרך כלל איז מער איזיגאואינג, ענדזשויט לייף מער, אבער ער האט אסאך זאכן וואס בינדען אים אראפ ווי למשל תפלה, עסן נאר ווי ספאסט, וכו וכו.
א פרוי ווידער האט געווענליך אפאר שעה אין טאג וואס זי האט פאר זיך, קען עסן ליינען און גיין אין פלעצער ווי מענער טרויען זיך נישט, גייט ארויס מיט פרענדס שאפינג און האקט א לעבן, אבער דארף קעיר נעמען פונעם שטוב, קינדער, און "מר"ן, ווי אויך אלע פרויערישע אנגעלגענהייטן.
בקיצור "שעשני כרצונו"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:20 am
דורך טעפל
די גרעסטע ווערטעל איז האבען אויף דעם א וויכוח מיט'ן פרוי סענדיגט זיך קיינמאל..
דרך אגב האב איך לעצטענס געליינט א שטוידע אז א געזונטען זעץ אינעם חול המועד (בין הרגלים) טוהט מער וווי ווי א לידה, פרעג מיך אפ..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:26 am
דורך געפילטע פיש
אויליגער האט געשריבן:לפי עשירות דעתי האלט איך נאך אלץ אז א מאן איז שווערער

האבענדיג א פרוי אויפן קאפ

וואס בלאזט אויף יעדע קלייניקייט

וויינט וואס סגייט איר נישט די בעסטע וואס זי שטעלט זיך פאר

על פי רוב גרויסע עקשניות

האלטען אייביג אז מ'קומט זיי די וועלט

זיי האבן האבן נישט קיין שום הכרת הטוב

וכו. וכו. וגו. ודו"ק .

(די זאכן זענען נאר עפ"י רוב)



לפי עניית דעתי האלט איך נאך אלץ אז א פרוי צו זיין איז שווערער

האבענדיג א מאן\באסס אויפן קאפ

וואס הויבט נישט אן פארשטיין וואס א פרוי מיינט

האלט אז ס'קומט זיך עם די בעסטע נאר ווייל עס איז געבוירן מיט א שמייסער

על פי רוב גרויסע עגאיסט

פארשטייט נישט וויפיל ס'קומט זיך פאר זיין ווייב מיטן זיך אפגעבן מיט די קינדער און שטוב ווירטשאפט

זיי האבן האבן נישט קיין שום הכרת הטוב

וכו. וכו. וגו. ודו"ק .

(די זאכן זענען נאר עפ"י רוב)


עטס זענט אינגאנצען אויפן קאפ געפאלן? אדרבה, פראבירט אמאל אויס זיך צו טוישן פלעצער מיט איר פאר איין מעת לעת, לאמיר זען וויאזוי איר וועט רעדן נאכדעם. די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז איר גיבט איר אפילו נישט די הכרה אויף די ארבעט וואס זי לייגט אריין יומם ולילה, ספיק אבאוט הכרת הטוב.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:49 am
דורך [NAMELESS]
טעפל האט געשריבן:די גרעסטע ווערטעל איז האבען אויף דעם א וויכוח מיט'ן פרוי סענדיגט זיך קיינמאל..
דרך אגב האב איך לעצטענס געליינט א שטוידע אז א געזונטען זעץ אינעם חול המועד (בין הרגלים) טוהט מער וווי ווי א לידה, פרעג מיך אפ..


סקוקט מיר אויס אז די ווייסט נישט וואס וואס לידה איז.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:16 am
דורך קאך_לעפל
די שווערסטע איז צו זיין א דרוגנות... סיי א זכר סיי א נקיבה! און די גרינגסטע איז צו זיין א "טומטום" נישט קיין זכר און נישט קיין נקיבה.......

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:59 am
דורך ברסלבער
דעם מאנ'ס ארבעט ענדיגט זיך, ער האט אביסל צייט צו כאפן דעם אטעם. די פרוי'ס ארבעט - ווען זי האט שטוב מיט קינדער - איז רינגס דעם זייגער, זי קען זיך כמעט נישט אפריען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:17 pm
דורך נהורא נפישא
שלום עליכם ברסלבר.
איז טאקע אויסגעהאלטן זיך אליין אריינצולייגן בידים און א מצב אז די פרוי'ס ארבעט זאל צוברענגן אז זי זאל זיך קוים קענען כאפן דעם אטעם ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:00 pm
דורך טעפל
עזריאל האט געשריבן:
טעפל האט געשריבן:די גרעסטע ווערטעל איז האבען אויף דעם א וויכוח מיט'ן פרוי סענדיגט זיך קיינמאל..
דרך אגב האב איך לעצטענס געליינט א שטוידע אז א געזונטען זעץ אינעם חול המועד (בין הרגלים) טוהט מער וווי ווי א לידה, פרעג מיך אפ..


סקוקט מיר אויס אז די ווייסט נישט וואס וואס לידה איז.

איך ווייס נישו וועגן דיר אבער איך בין שוין אריבער אפאהר לידות וואס האט זיך געצויגען טעג.. וועגען דעם האב איך געלאכט פונעם שטודיע..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 1:08 pm
דורך ברסלבער
נהורא נפישא האט געשריבן:שלום עליכם ברסלבר.
איז טאקע אויסגעהאלטן זיך אליין אריינצולייגן בידים און א מצב אז די פרוי'ס ארבעט זאל צוברענגן אז זי זאל זיך קוים קענען כאפן דעם אטעם ?

שאלה גדולה שאלת.. אבער דאס איז א זייטיגע נושא. פאקטיש ביים היימישן ציבור, ווען מען ווערט געוואויר אז דאס קען אפילו זיין א שאלה, האט מען שוין נישט פארוואס צו פרעגן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:51 am
דורך Big Boy
Psuchim daf 118 side 1

א״ר יוחנן קשין מזונותיו של אדם כפליים כיולדה
ראילו יולדה כתי׳ בעצב ובמזונות כתי׳ בעצבון

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:56 am
דורך שמעקעדיג
און סוכ"ס וויפיל קינדער האט דען שוין א פרוי? וויפיל מאל גייט זי אדורך דעם לידה פראצעדור, אין פארגלייך צו א מאן וועלכער טראגט דעם עול הפרנסה מדי יום ביומו.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:51 pm
דורך Big Boy
It's 9 months

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:55 pm
דורך שמעקעדיג
צער לידה איז נישט 9 חדשים.
און אויב רעדסטו בכלליות פון אירע שווערעגקייטן, איז פירן די שטוב מיט אלע קינדער אויך א constant שוועריגקייט, פונקט ווי פרנסה.