בלאט 1 פון 2
ערליכע אידן זענען מענטשליך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:46 pm
דורך הוגה
[justify]ערליכקייט און מענטשליכקייט איז איינס. מענטשליכקייט איז קיינמאל קיין סתירה צו ערליכקייט. דער וואס מיינט אז בלית ברירה מוז ער זיין אוממענטשליך כדי צו קענען בלייבן ערליך, ווייסט נישט וואס ערליכקייט מיינט. ליידער ליידער הערט מען היינט און מען זעהט אסאך א. ג. ערליכע אידן און אפילו משפיעים ומנהיגים וואס פירן זיך אויף אוממענטשליך בשם רעליגיע און ערליכקייט. איך ווילך דא מקדיש זיין אן אשכל צו צייגן ווי ריכטיגע ערליכע אידן האבן זיך ווייטער אויפגעפירט מענטשליך, אפילו ביי פעלער וואס לפי קט שכלם פון מאנכע האט עס אויסגעזעהן ווי עס איז א קאמאפראמיס אויף ערליכקייט.
דא האט איר פון די 'עיתון בשבע' פון ראש השנה. הצדיק רבי אריה לוין ז"ל פון ירושלים האט ארויסגעוואקט פון שול מוצאי יום כיפור באלד נאך נעילה. א יעדער איינער דא קען זיך פארשטעלן די געהויבענע געפילן פון קדושה וואס מען פילט מוצאי יום כיפור, און די געוואלדיגע קבלות וואס מען האט זיך פארגענומען אין דעם פארגאנגענע פיר און צוואנציג שעה צו זיין ערליך און פיין, ספעציעל אזא צדיק ווי רבי אריה לוין. ווען רבי אריה האט ארויסגעוואקט פון שול איז צוגעגאנגען א שיינע פרוי מיט אויפגעדעקטע האר און געזאגט אז זי וויל עפעס אדורך רעדן מיט אים. רבי אריה איז געגאנגען צום זייט און געשמועסט מיט איר פאר אפאר מינוט. ער האט די גאנצע צייט גערעדט בסבר פנים, קוקענדיג אויף איר מיט רעספעקט די גאנצע צייט.
דאס איז נישט קיין גרויסע גדולה, אדרבא, עס איז א דבר פשוט. אבער ליידער בימינו פירן זיך זייער אסאך חרדים און "ערליכע אידן" נישט אויף אזוי, וממילא דארף מען זיך כסדר דערנאנען אז זיין מענטשליך איז זיין ערליך. אגב, עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.
.[/justify]
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 2:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין אפאר מאל געווען ביי די ראכמיסטריווקא און סקולענע רביים מיט קוויטלעך. זיי האבן ביידע געקוקט מיין ווייב אין די אויגן ווען זי האט גערעדט מיט זיי.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:09 pm
דורך דולה ומשקה
הוגה א גרויסע דאנק פאר אונז (מיר פרעזענטליך) מזכה זיין דערמיט.
איך קלער אלעמאל ווען איך לייען אזוינס אז דאס איז געוועהן אמאל, אבער איז נאך היינט דא אזעלעכע אנשים חשובים?
דער משל מיט סקולען און ראחמיסטריווקא איז נישט קיין פארגלייך, ווייל זיצען דאך ביי זיך אינדערהיים וכו', וואלט דען אזא פרוי דען געקענט צו זיי אויף דער גאס?
איך האב געהערט ענדליך אזוינס איבער מהר"ש מבאבוב, אויב איז ער געשטאנען ביי א רויט לייט און פונקט איז אויך געוועהן א פרוי (גויטע) וואס האט איהם געגעבען א גריס האט ער צוריק געשאקעלט מיטן קאפ (מיינסטענס אין פלארידע).
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:24 pm
דורך נולד מאוחר
די וואס קוקען נישט איז נישט אלץ חסרון אין מענטשליכקייט, סאיז פשוט איינער וואס איז נישט געוואוינט צי זען נשים, דאס מינדערסטע קוק ברענגט ארויס דאס ערגסטע.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 5:55 pm
דורך ודי למבין
איך, א ערליכע יוד, בין אמאל געווען אויף א פארוויילונגס ארט. איך האב געדארפט אפאר קוואדערס פאר א מיטער און האבענדיג נאר א דאלער בין איך צוגעגאנגען צו איינס פון די קענטינס וועלכע זענען געווען דארט. איך האב דעפרעגט דער ארבעטארין דארט אויב זי קען מיך אויפטוישן א דאלער פאר פיר קוואדערס. האט זי מיך גיזאגט אז אמתדיג דארף זי עס נישט טון און איר ארבייט געבער לאזט איר עס נישט טון, אבער וויבאלד "you are the first of your people that look at me when talking to me" וועט זי עס טון פאר מיך פון איר אייגן געלט.
ממני ילמדו וכן יעשו
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:13 pm
דורך כוכב
הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.
מקור ביטע?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:36 pm
דורך אחד העם
הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:43 pm
דורך אחד העם
כוכב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.
מקור ביטע?
עידי ראי, פאר מיין באבען האט דער סטמר געגעבן א בענקל און די הענט, וואס ווילסטו אז געלבמאן זאל עס שרייבען...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:16 pm
דורך אפטעמיסט
אחד העם האט געשריבן:הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...
בכלל קומט די מעשה פונעם מאדערן-ארטאדאקסישער צייטונג "בשבע", שווער צו זאגן אז מ'קען פון זיי ארויסנעמען א הוראה לדורות אויף אזא האקעלע נושא.
איז אדערווייל בלייבט אז אן ערליכער איד פירט זיך ח"ו נישט מענטשליך, ביז הוגה וועט ברענגן שטערקערע ראיות לדבריו.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 8:20 pm
דורך געפילטע פיש
אויב דארף מען מאכן א אכשול צו זאגן אז ערליכע אידן קענען אמאל אויך זיין מענטשליך, וואס זאגט דאס וועגן ערליכע אידן בכלל?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:16 pm
דורך יאיר
דער קעפל וואלט געדארפט זיין פארקערט, מענטשליכע אידן זענען ערליך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:58 pm
דורך [NAMELESS]
ווילסט דוקא איך זאל קוקען? איך בין מסכים, איך האב נאר נישט געוואלט אז די זאלסט שרייען ווען איך קוק
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:59 pm
דורך דריידל
כוכב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.
מקור ביטע?
חכם וואס די ביסט. ער שרייבט דאך אז ס'איז באקאנט כדי נישט צו דארפן ברענגן א מקור...
דער אמת איז אז איך האב אויך געהערט פון מיינע עלטערן און זיידע-באבע ערשט האנטיגע מעשיות וויאזוי פארצייטישע ערליכע אידן זענען זיך באגאנגען מיט פרעמדע פרויען. מיין מאמע דערציילט אז אלץ מיידל זענען אסאך רבנים איינגעשטאנען ביי זיי אינדערהיים און מ'איז אלץ געזעצן צוזאמען און פארברענגט ביי די שבת סעודות. ס'איז אויך באקאנט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל פלעגט גריסן פרויען אין גאס.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:20 pm
דורך אויסגערוט
דריידל האט געשריבן:ס'איז אויך באקאנט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל פלעגט גריסן פרויען אין גאס.
ברענגסט א ראיה?? ר' משה אידאך געווען א ליטוואק!!!
![זייער פרייליך :D](./images/smilies/icon_e_biggrin.gif)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:23 pm
דורך דריידל
דער פותח האשכול האט דאך געברענגט דער ערשטער משל פון ר' ארי' לוי וואס איז געווען א ליטוואק, נאכדערצו א תלמוד פון רב קוק.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:50 pm
דורך לית דין בר נש
אמאל גיהערט פון איינעם א סיפור אויף ר' יענקלע איך נעם נישט קיין שום אחריות אויף דעם.
ער איז אמאל שבת ארויסגעקומען פון שוהל און גיזעהן א אידענע ווארטן אינדרויסן פרעגט ער איר אויב זי ווארט אויף איר מאן? זאגט זי יא
איז ער צריק אריין אין ביהמ"ד און געזאגט פאר דער איד אז זיין ווייב ווארט פאר אים אינדרויסן
פרעגט אים דער איד ווי ווייסט איר אז עס איז מיין ווייב?
זאגט אים ר' יענקעלע וואס זאל איך טוהן? יעך ווייס!!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:43 am
דורך petergrifin
אז מען זעהט אײנמאל װײסט מען שוין װער ס׳איז. יעצט װילאנג מען קוקט נישט נאכאמאל איז אלס כשר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:49 am
דורך מאטי
כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו.... האב איך עפעס מפספס געווען?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:42 am
דורך אחד העם
אפטעמיסט האט געשריבן:אחד העם האט געשריבן:הוגה א געוואלדיקע רעיון, זאל דער אשכול דינען אלס א מוסר ספר, פאר אונזערע פרומע קאטשעלאפניקעס.
אבער איך מיין לעניות דעתי איז הרב הצדיק רבי ארי' לווין נישט דער דוגמה, מיינענדיג, רבי ארי'ס אהבה און הערכה און ערליכקייט במצוות אהבת ישראל איז ער דאך געווען א יחיד בדורות, סקומט פאר ווי איינער זאל ווען מאכען א אשכול אז אלע ערליכע יידן זענען געווען קנאים און ער וועט ברענגען א אויסשניט פון דער ייד מיט א מעשה פון סטמר רב...
בכלל קומט די מעשה פונעם מאדערן-ארטאדאקסישער צייטונג "בשבע", שווער צו זאגן אז מ'קען פון זיי ארויסנעמען א הוראה לדורות אויף אזא האקעלע נושא.
איז אדערווייל בלייבט אז אן ערליכער איד פירט זיך ח"ו נישט מענטשליך, ביז הוגה וועט ברענגן שטערקערע ראיות לדבריו.
איך האב מיין הנחה אויף רבי ארי' גענומען סיי פון די ספר איש צדיק היה, און סיי פןן אביסעל שמועסן מיט יידן וואס האבען אים געקענט און פון אים איז דא האקעלערע מעשית ווי רעדן מיט אביסעל אויפגעדעקטע האר, וואס דאס נעמט נישט אוועק פון נשמת יהודי וואס דאס איז געווען זיין עקרון, און פארוואס האלסטו אז עס איז נישט הוראה לדורות? און פארוואס די אלע נערישע פרומקייטען פון אונזערע קאטשעלאפניקעס איז יא הוראה לדורות?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:57 am
דורך טעפל
כוכב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.
מקור ביטע?
דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 10:28 am
דורך געפילטע פיש
דא איז מיינס.
![בילד](http://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?avatar=77_1405611239.jpg)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:28 pm
דורך [NAMELESS]
טעפל האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:עס איז באקאנט אז די סאטמארער רב פלעגט אויף קוקן פרויען אין פנים בשעת'ן רעדן מיט זיי, און ספעציעל ביי משפחה קרובים האט ער געשמועסט מיט זיי מיט א באקוועמליכקייט.
מקור ביטע?
דא האסטו דעם רעבין'ס שמירת עיניים..
ווען איך דרימעל בין איך אויך שטארק מקפיד אויף שמירת עינים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:49 pm
דורך אחד העם
מיינסט צו זאגען אז ווען די דרימלסט האסטו אויך פארמאכטע אויגען, א חידוש...
[tag]הוגה[/tag] צו א גוטער אשכול לאז עס נישט ווערן פארוואסערט