נאך יארן אין גלות
דאס פאלק טריי,
מי כעמך ישראל
וויל איך געבן א שריי.
די באבעס געלערנט
די קינדער געהארכט,
דורות שפעטער,
ווייטער מיט פארכט.
וויפיל הונדערטע יאר
בלתי יאומן,
דאס אידישע מוטער,
קען מען בייקומען.
זיס ווארעם ווייעך
אוי, שפייאכטס רינט,
ווייס און ברוינליך,
די תאווה עס צינט.
אין וואסער אין פייער
ביז משיח'ס צייטן,
מיט מסירת נפש
די מסורה נישט בייטן.
יעבור עלינו מה
וועל'ן מיר נישט פארגעסן,
ביז'ן לעצטן אטעם,
וועט מען קאקאש עסן.
נישט אינטערשאצן
די גבורה פונעם איד,
קאקאש ביז'ן טויט
אן ווערן מיד.
קאקאש, קאקאש
מיר ליבן דיר צום טויט,
פארלאז אונז נישט
אין צייט פון נויט.
טאקע א תענית,
ליידיג די בני מעיים,
אבער שפעטער קומט
כפלי כפליים.
סהדי במרומים
נישט הערינג ווילעך,
נאר דיר קאקאש
געטינקן אין מילך.
געדאנקען פון א הונגעריגן איד
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
געדאנקען פון א געשטאפטע איד
די הויזן צו קליין,
מ'קען קוים גיין,
דער פאסיק מאכן גרעסער,
זי איז אבער אויסגעלאפן פון לעכער,
דער מאגן זינגט שירה,
מ'הערט עס אין די גאנצע דירה,
די קאקאש פארכאפט אינעם מעיים,
דורכן גרעפס ווינשט עס לחיים,
די קאפ אזוי שווער,
די פריזשעדער לעהר,
אויפגעבלאזן ווי א גאנץ מיט א שאלה,
רינדעכיג ווי א חודש תשרי חלה.
מ'קען קוים גיין,
דער פאסיק מאכן גרעסער,
זי איז אבער אויסגעלאפן פון לעכער,
דער מאגן זינגט שירה,
מ'הערט עס אין די גאנצע דירה,
די קאקאש פארכאפט אינעם מעיים,
דורכן גרעפס ווינשט עס לחיים,
די קאפ אזוי שווער,
די פריזשעדער לעהר,
אויפגעבלאזן ווי א גאנץ מיט א שאלה,
רינדעכיג ווי א חודש תשרי חלה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.