בלאט 1 פון 2

''ספר אוצר פנינים'', פערל אדער פלאגיאריזם?!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:11 pm
דורך כוכב
הרב אלכסנדר זושא פרידמאן איז געווען א פוילישער איד, א תלמיד חכם, עסקן, בעל מחנך, שרייבער און דענקער, וועלכער איז ליידער אומגעקומען דורכאויס דער צווייטער וועלט קריג, און ווערט הויפטזעכליך געדענקט א דאנק זיין פאפולערן קלאסישן ווערק "דער תורה קוואל" געשריבן אריגינעל אויף דער אידישער שפראך און איז שפעטער איבערגעזעצט געווארן אויף לשון הקודש אלס "מעיינה של תורה" וועלכער אנטהאלט א זאמלונג פון קורצע דברי תורה וחסידות אויף דער וואכנדיגער סדרה; א גאר פאפולערער ספר, א וואונדערבארער ארבעט, מיט א ציציענדע, לייכטע און שארפע שפראך, און א מוז-ארטיקל פאר מגידים און גוט-ווארט-זאגער.

נאך א ספר וואס באשיינט מיין ספרים שראנק און ווערט ערליך אויסגעשאקלט יעדן ערב פסח איז דער: "אוצר פנינים על התורה", א פינף בענדערדיגער סעט וואס ענטהאלט א זאמלונג פון פערל רייד אויף דער וואכנדיגער סדרה, אין דער אידישער שפראך, פארפאסט דורך דעם געניאלן שרייבער הרב יעקב משולם גרינפעלד, גרינדער פון "עטרת פאבלישיניג", און פארפאסער פון פילע ספרים.
גרינפעלד, איז באקאנט אלס איינער פון די שרייבער פונעם "ספר דברי יואל", אן אמט צו וועלכן ער איז דערוועלט געווארן נאך לענגערע זוכענישן פאר'ן פאסיגן שרייבער.
ווי די לעגנדע פארציילט, איז דער סאטמארער רבי געווען שטארק קלייבעריש ביים וועלן דעם פאסיגן שרייבער און האט לאנג געזוכט, ביז עס איז אים עווענטועל געפאלן דעם סגנון פון גרינפעלד, וועלכער האט געשפילט א באדייטנדע ראלע אין שרייבן דעם דברי יואל.

אבער איז דער אוצר פנינים טאקע אן אוצר פון פערל אדער ליבערשט פראסט און פשוט פלאגיאריזם אין אירע שענסטע פארבן?

א בליק אריין אין די צוויי אויבנדערמאנטע חיבורים האט צו מיין שוידער, שאק און אנטריסונג, באלד געצייגט אז דער בעל האוצר האט זיך מתעטף געווען אין א טלית שאינו שלו. רוב מנין ובנין פונעם אוצר איז פשוט קאפירט פונעם תורה קוואל, א גענוי קאפיע סיי פונעם תוכן און סיי פונעם אויסשטעל. צומאל פארגינט זיך דער מחבר ארויסצונעמען א טייטש וואס געפעלט אים נישט, אדער צולייגן אן עובדט'לע אדער געשיכטע'לע, און צומאל דאס אויך נישט.
דער ספר קומט באקרוינט מיט הסכמות פון אלע סאטמארער דיינים וועלכע שפארן נישט קיין לויב ווערטער פאר די באגריסנווערדע ארבעט דער בעל האוצר האט אהערגעשטעלט. ווי אויך קומט דער ספר באצירט מיט אן עטליכע בלעטערדיגע הקדמה. איראניש, אז דער מחבר האט נישט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען דעם בירא דשתית מיני', און זיך באדאנקען פאר דעם תורה קוואל פון וואו ער האט גע'לקח'נט דאס רוב פון זיינע סחורה תחת עיני השמש, וועלכער האט אים איינגעשפארט סיי וועלכע פלאג, און סיי וועלכע געברויך פאר אריגינעליטעט.

בלייבט מיר נאר איבער צו שטוינען איבער דעם איגנאראנץ פון דעם מחבר: צי האט ער טאקע געקלערט אז דאס וועט קיינמאל נישט באמערקט ווערן, אדער איז פלאגיאריזם געווען ביי אים פאררעכנט אלס קנאפער פארברעך אז ס'זאל דארפן בכלל שפילן א פאקטאר? אזוי צי אזוי, האט דער מחבר געוויס פארזען איינס פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם: "והאומר דבר בשם אומרו".
זאלן מיינע רייד ברענגען א גאולה לעולם.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 6:31 pm
דורך ישראל קאפקע
אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 7:08 pm
דורך אפטעמיסט
אויב איז טאקע אזוי, איז דאס נישט בלויז גניבה, נאר טיפשות אין לשער. וואס גענוי אזא איינער קלערט איז שווער צו חשבונ'ען. ווי לאנג נעמט דען ביז א כוכב קומט ארויף אויף די שפירן?

דאכטצעך אז כ'האב אמאל געהערט פון ר' יצחק זלמן גיפס אז ער האט געטראפן א היינטיגער מחבר וואס האט מעתיק געוועהן ווארט ביי ווארט פון איינער פון די ראשונים. ער האט יענעם געשיקט א בריוו היתכן ער גנב'ט, האט יענער צוריק געענטפערט "ברוך שכוונתי", האט רב גיפס אים צוריק געשריבן "ארור שגזלת".

אזוי זעען מיר ליידער אויס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:14 pm
דורך היימישער ליטוואק
ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!

:like

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 9:34 pm
דורך ידען
ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטערעסאנטער באשולדיגונג,
ברענג אראפ זייט ביי זייט, דער תורה קוואל, און אוצר פנינים, פון איין פרשה,
לאמיר זיך אליין איבערצייגן!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:54 pm
דורך כוכב
דא זעט איר די דריי ערשטע תורות פון פר' וזאת הברכה, וועלכע לויפן אין אוצר אפילו אויף דער זעלבער רייע: צרור המור, תפארת שלמה, און אור צדיקים. ועל הכלל כולו יצא.

אייוועלט:

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 34#p944834
ציפקע האט געשריבן:לעצטנס איז אנדעקט געווארן, אז דער ספר אוצר פנינים פון רבי יעקב משולם גרינפעלד, איז רובו ככולו ככתבו וכלשונו פון 'דער תורה קוואל' געדרוקט פאר דער קריג דורך הרב אלכסנדר זושא פרידמאן.
דער מחבר האט מאיזה סיבה נישט געפינען פאר וויכטיג צו מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו און דערמאנען אז א גרויס טייל פון זיינע ווערק זענען גע'לקח'נט פון דעם אויבנדערמאנטן חיבור.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:13 pm
דורך אפטעמיסט
בלייבט איבער זיך צו ברעכן קאפ וואס אזא איינער האט געקלערט. וצע"ג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:18 pm
דורך ישראל קאפקע
Wow!!!
און דער בעל האוצר שרייבט גארנישט וועגן דער קוואל??

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:21 pm
דורך בשבילי!
דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
גרינפעלד שרייבט גארנישט א קרעדיט אין די הקדמה? געב א קוק ביטע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:09 pm
דורך כוכב
אין זיין זעכצן בלעטערדיגער הקדמה האט ער נישט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען א פיפס איבער זיין סחורה געליפעראכטס פונעם קוואל.
ותימה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:12 pm
דורך ביבער
למעשה עפעס קרעדיט קומט זיך אים דאך פארן איבערטייפן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:13 pm
דורך כוכב
בשבילי! האט געשריבן:דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??

למאי נ'מ?
דער דיון דא איז נישט איבער גניבה אדער השגת גבול, נאר איבער פלאגיאריזם און זיך מתעטף זיין באיצטלא שאינו שלו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:18 pm
דורך בשבילי!
זיי קענען מאנען געלט, סתם א באזונדער פראגע

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:40 am
דורך נולד מאוחר
היימישער ליטוואק האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=944834#p944834
ציפקע האט געשריבן:לעצטנס איז אנדעקט געווארן, אז דער ספר אוצר פנינים פון רבי יעקב משולם גרינפעלד, איז רובו ככולו ככתבו וכלשונו פון 'דער תורה קוואל' געדרוקט פאר דער קריג דורך הרב אלכסנדר זושא פרידמאן.
דער מחבר האט מאיזה סיבה נישט געפינען פאר וויכטיג צו מקיים זיין דעם האומר דבר בשם אומרו און דערמאנען אז א גרויס טייל פון זיינע ווערק זענען גע'לקח'נט פון דעם אויבנדערמאנטן חיבור.

דאס איז אייראניק, ער ברענגט א נייעס איבער א שרייבער נישט געבען קרעדיט פארן ארגענעלער מחבר, און ער טוט ממש דאס.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:06 am
דורך בשבילי!
דאס איז ווייל ווען ער האט יא אמאל געגעבן קרעדיט טאקע דער ציפקע האט מען אים שיעור געממיתט דארט.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=23731

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:26 am
דורך איך אויך
דער עיקר איז אז די אומפארשעמטע חברה פון עטרת זענען ביזי צו האקן אויף די 'נישט ריינע מסורה ' פונעם עוז והדר תרגום.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:54 am
דורך סאו וואט
א לייק פאר כוכב. גרויסע שכויח.

אונטרעסנט איז, אז און יענע אשכול האט איינער אראפגעריסען אלע חסידישע ספרים, אז דו בחינות און תורות זענען געגנבעט געווארן פון קדמונים וראשונים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:41 pm
דורך דולה ומשקה
...און ער איז דער וואס סאטמאר רב האט גענומען צו שרייבען דעם 'דברי יואל'? הלא דבר הוא
דער רבי מיט זיין ליכטיגע אויגען...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:26 pm
דורך סאו וואט
כ'גיי נישט ווערן אנטוישט ווען מ'וועט טרעפען און דברי יואל זיין פינגער אפדרוקען...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:45 pm
דורך איחוד פעלד
ווער ניצט דער אוצר פנינים?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:23 am
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:דער בעל הקוואל האט איבערגעלאזט קינדער ??

למאי נ'מ?
דער דיון דא איז נישט איבער גניבה אדער השגת גבול, נאר איבער פלאגיאריזם און זיך מתעטף זיין באיצטלא שאינו שלו.

אבער די דיינים דקהילתנו הק' האבן דאך נישט געקענט געיבן א הסכמה אויף א ספר וואס איז געשריבן אדער מלוקט געווארן דורך אן אגוד'יסט, וואס הרב פרידמאן איז געוועין. עד שבא הרב משולם גרינפעלד וטיהר את הספר...!