בלאט 1 פון 1

גינעס וועלט רעקארדס

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:15 am
דורך יידל
די גינעס וועלט רעקארדסזענען ברייט באקאנט פאר זייער משוגעת פון אפירזוכן און דאקומענטירן די וועלט'ס רעקארדס. די גרעסטע, די קלענסטע, די העכסטע, די ווייטסטע עד אין סוף. א יעדעס יאר ווערן נייע צעדרייטע רעקארדס באשאפן און רעקארדירט.

לאמיר איבערגיין אפאר מאדנע און אינטערעסאנטע רעקארדס פון דעם יאר.

  • מערסטע לייקס אויף פעיסבוק

די מערסטע לייקס אויף א פעיסבוק אייטעם איז 1,045,272 לייקס. די אייטעם? מארק צוקערבערג'ס אנאנס אז ער האט חתונה געהאט. פאר ווער עס ווייסט נישט, מארק צוקערבערג איז דער גרינגער און בעל הבית פון פעיסבוק.

  • די טייערסטע בורגער

די טייערסטע בורגער איז דא צו באקומען אין - ווי דען? - ניו יארק סיטי אין א רעסטוראנט מיטן נאמען סערענדיפיטי 3. די האמבורגער קאסט $295.00. אט איז א בילד:
בילד
Made from white truffle butter-infused Japanese Wagyu beef, the burger is topped with James Montgomery cheddar cheese, black truffles and a fried quail egg.

It is served on a gold-dusted campagna roll spread with white truffle butter, and the roll is topped with a blini, creme fraiche and caviar.

  • דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

א מענטש פון טורקיי מיטן נאמען מעהמעט אזיורעק פארמאגט א נאז אין די לענג פון 3.46 אינטשעס.
בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:20 am
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? ;)

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:22 am
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? ;)

אויף דעם איז נאך נישטא קיין רעקארד... איר קענט נאך זיין דער ערשטער... :P

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:49 am
דורך לעמיל
איז דא עפעס רעקארדס אויף היימישע אידען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:22 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:איז דא עפעס רעקעדס אויף היימישע אידען?

מה זאת?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:23 pm
דורך שמואל הלוי
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? ;)

אויף דעם איז נאך נישטא קיין רעקארד... איר קענט נאך זיין דער ערשטער... :P

ס'איז דאך אבער נישט בידי...
וחוץ מזה איך וויל דאך נישט נתגלה ווערן אלזא וועל איך מוזן זוכן א צווייטע זאך צו שאפן א רעקארד. ;)

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:28 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

אויך די ברייטסטע? ;)

אויף דעם איז נאך נישטא קיין רעקארד... איר קענט נאך זיין דער ערשטער... :P

ס'איז דאך אבער נישט בידי...
וחוץ מזה איך וויל דאך נישט נתגלה ווערן אלזא וועל איך מוזן זוכן א צווייטע זאך צו שאפן א רעקארד. ;)

לייג אריין א רעקארד אז די ביסט די ערשטע אונגעקימען צו חבר ותיק אין קאווע שטיבעל :lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:33 pm
דורך שמואל הלוי
ווייטער א גילוי פראבלעם :roll:

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:37 pm
דורך לעמיל
מ'מיז געבען די עכטע נאמען? האסט שוין פראבירט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:39 pm
דורך שמואל הלוי
לעמיל האט געשריבן:מ'מיז געבען די עכטע נאמען? האסט שוין פראבירט?

איך האב נישט פרובירט, אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף איינגעבן די עכטע נאמען און אפילו מער פון דעם (זיי גייען זייער שטרענג נאך זיכער צו מאכן אז טאקע דער דאזיגער מענטש האט געבראכן א רעקארד).

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 1:40 pm
דורך ידען
יידל האט געשריבן:דער מענטש מיט די לענגסטע נאז אויף די וועלט

ער איז א איד? :לשוןהרע: :mrgreen: :פורים2: :פארשוויצט: :ברייטשמייכל: :קיל: :לאךהויך: