בלאט 1 פון 8

בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:11 am
דורך ימי קדם
[justify]ווי געווענליך מיט אלע נייעס בחצר וויזניץ מאנסי, הערט מען ממש גארנישט אינדרויסן פון מאנסי, קטן כגדול. יעצט איז שוין אבער לא עת לחשות.

כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק זקן האדמורי''ם רבי מרדכי בן מרגליא שליט''א איז בעוה''ר מוטל על ערש דוי, און איז זקוק לרחמי שמים מרובים. ווי דער מצב איז יעצט איז עס נישט מוגדר אלס 'מסוכן' די דאקטורים זאגן אבער אז אויב די רבי ווערט נישט בעסער און די קומענדיגע טעג, דען קען זיך עס דערקייקלן זייער שנעל.

ראש השנה אין מאנסי איז די 'זמן קהילה לכל' ווען די גאנצע קהילה מכל קצוי תבל, טויזענטער אידן (היי יאר איז געווען איבער 2100 זיצן, און רוב יונגע יונגעלייט, אונטער 30 קויפן בכלל נישט קיין זיצען, און אוודאי נישט קיין בחורים) קומען זיך מסתופף זיין בצילו פונעם רבי'ן. ממילא איז עס געווען א גרויסער צער אז די רבי האט נישט געפירט במשך דעם גאנצען יום טוב.

די ערשטע נאכט, וואס איז באקאנט צו זיין די קלימאקס פונעם יום טוב, ווען דער רבי גייט ארויף אויפן ארון קודש נאכן דאווענען מאכט קידוש, וואונטשט לשנה טובה, זינגט, און זאגט תורה, איז די רבי בכלל נישט אריינגעקומען. די ערשטע טאג איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית געהעריג, געזאגט אדון עולם, און געדאווענט פון המלך ביז שמונה עשרה, נאכדעם ארויסגעגאנגען. די רבי איז צוריק אריינגעקומען צו תקיעת שופר, פארגעזאגט דריי מאל למנצח לבני קורח מזמור בקול כנהוג, מן המיצר, און די ברכות, ער האט פראבירט בלאזן אבער האט נישט געקענט, מען האט אים ארויסגעטראגן און מער איז ער נישט אריינגעקומען א גאנץ יום טוב. נאר מוצאי שבת האט מען געפענט די מחיצה פונעם עזרת נשים וואו די רבי איז געזיצן אפאר מינוט, און אנגעוואונטשן די גאנצע עולם.
במשך יום טוב האט די רבי נישט געפירט קיין איינע פון די טישן.

די ערשטע טאג יום טוב האט מען אריבערגערופן דעם דאקטער, וואס האט געזאגט אז די איינציגסטע פראבלעם איז אז עס פעהלט אים אקסידזשין, מען האט אים געגעבן, און טאקע די צווייטע טאג איז געווען בעסער, און די רבי האט געדאווענט מיט א מנין מצומצם אינדערהיים.

זונטאג האט זיך די מצב צוריק פארערגערט און מען האט אריינגעפירט דעם רבי'ן צו מאונט סיני שפיטאל, די דאקטוירים זאגן אז דערווייל איז זעהן זיי נישט קיין גרויסע פראבלעמען, אויס אבער די קליינע פראבלעמען ווי די אטעמען און די בלוט דרוק פארבעסערן זיך נישט און די קומענדיגע טאג צוויי, קען עס פאראורזאכן ברייטערע קאמפליצירטע פראבלעמען.[/justify]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:14 am
דורך יאיר
פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:19 am
דורך ימי קדם
דו מיינסט די מיליאנען וואס ער האט שוין פארטיילט פאר די קינדער? אדער פאר צדקה? די רבי האט אלע יארן געטיילט אויף א פארנעם וואס סאך רייכערע פון אים האבן נישט געגעבן קיין צענטל אזוי סאך. און בכלל היינט האט ער שוין גארנישט, חוץ וואס חסידים געבן, יא, דאס איז אסאך, אבער אלעס ווערט פארטיילט.

בפרט יעצט פאר יום טוב איז באקאנט אז ער האט געהייסן אז דאס גאנצע געלט זאל גיין פאר אחד מאנ''ש אין א''י וואס האט זיך פארדרייט מיט די מאפיא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:49 am
דורך טעפל
ישר כוח ימי קדם פאר'ן באריכט, די אייבישטער זאל העלפען זאלסט אונז נאר ברענגען בשורות טובות!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:32 am
דורך דריידל
יאיר האט געשריבן:פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.


איים סארי, אבער דיין תגובה איז זייער נישט פאסיג. ממה נפשך, אפרישיעטסטי זיין ערליכקייט, דאן ווי קומט דא אריין ליצנות? ; טאמער האלטסטי נישט פון אים, פארוואס זאגסטי נישט עפעס ערענסט וואס ער דארף מתקן זיין?

קענסט מיר זאגן פארוואס אין די וועלט ער זאל דארפן אוועקגעבן זיין געלט פאר צדקה? ער האט פיפצן קינדער און הינדרעטע אייניקלעך וועמען ער האלט אויס למחצה לשליש ולרביע. די גמרא זאגט עושה צדקה בכל עת, זה המפרנס בניו ובנותיו הגדולים. פארוואס זאל די געלט נישט בלייבן פאר זיי?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:42 am
דורך כוכב
א נחת צו זען ווי דער וויזשניצער פונק טוליעט ווי קיינמאל בעפאר.

אכט געבן ווען מ'זינדיגט דער רבי וועט נאך אויסזאגן פאר גאט ברוך הוא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:16 pm
דורך ציבעלע-קיגל
קודם כל ווען מען זאגט תהילים פאר א חולה טאר מען נישט זאגען קיין טיטלען... נישט קיין מרן, רב, רבינו... גארנישט... נאר די נאמען פון חולה.

צוויטענס
קאן מיר איינער אפשר מסביר זיין?
ביי זיין ברודער, ר' משה'לה האט מען געזאגט תהילים פאר
משה בן מרגלית

און יעצט זאגט מען פאר
מרדכי בן מרגליא

וואס איז זייער מאמעס נאמען געווען?
אדער אפשר זענען זיי ברידער פון די טאטע?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:19 pm
דורך קאווע טרינקער
לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:28 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.

יאיר: ווען מ'קען געיבן א "לייק" מיט א סמיילי, וואלטיך דיר געגעיבן. נאדיר: :like :lol: :roll: :x :P :P :P :oops: :o

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:32 pm
דורך גאלד
קאווע טרינקער האט געשריבן:לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.

דאס פאסירט יעדן טאג, ווען א רשע שטארבט, איז דא א פארקערטע מלחמה קיינער ברויך איהם נישט און די אראלים פארלירן מיאוס, גלייב מיר זיי פארלירן מער ווי די מצוקים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:46 pm
דורך berlbalaguleh
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:קודם כל ווען מען זאגט תהילים פאר א חולה טאר מען נישט זאגען קיין טיטלען... נישט קיין מרן, רב, רבינו... גארנישט... נאר די נאמען פון חולה.

צוויטענס
קאן מיר איינער אפשר מסביר זיין?
ביי זיין ברודער, ר' משה'לה האט מען געזאגט תהילים פאר
משה בן מרגלית

און יעצט זאגט מען פאר
מרדכי בן מרגליא

וואס איז זייער מאמעס נאמען געווען?
אדער אפשר זענען זיי ברידער פון די טאטע?

יא: זייט זיי ( וויזניץ/מאנסי) זענען געווארן "פאליטיק'לי קארעקט", און זיי חנפנ'ען זיך צו סאטמאר, זאגט מען און מ'שרייבט "מרגליא", ווייל "מרגלית" קלינגט אפשר ווי עברית, ר"ל. אזוי ווי למשל, מ'האט געקענסל'ט א תפילת מנחה ברבים אין מאנהעטן, צוזאמען מיט די אגודה אויף 5 ביעקמאן סטריט מיט פארשיעדענע נארישע תירוצים. אדער, אז מ'האט נישט געברענגט דעם רבי'ן צום סיום הש"ס העולמי פון דף היומי, ווייל הרב לאו איז דארט געוועין, און ר'האט גערעדט אויף עברית. (צוויי עבירות בהעלם אחד(.
נאר, ס'עט זיי גארנישט העלפן. און צווייטנס. זיי האבן א גרויסן רבי'ן ה' יאריך ימיו ושנותיו. איז, פארוואס מאכן זיי זיך נאריש?!... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
מרגליא אדער מרגלית??
viewtopic.php?f=8&t=3582

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:06 pm
דורך יאיר
ימי קדם האט געשריבן:דו מיינסט די מיליאנען וואס ער האט שוין פארטיילט פאר די קינדער? אדער פאר צדקה? די רבי האט אלע יארן געטיילט אויף א פארנעם וואס סאך רייכערע פון אים האבן נישט געגעבן קיין צענטל אזוי סאך. און בכלל היינט האט ער שוין גארנישט, חוץ וואס חסידים געבן, יא, דאס איז אסאך, אבער אלעס ווערט פארטיילט.

בפרט יעצט פאר יום טוב איז באקאנט אז ער האט געהייסן אז דאס גאנצע געלט זאל גיין פאר אחד מאנ''ש אין א''י וואס האט זיך פארדרייט מיט די מאפיא.

דאס איז באמת א חשוב'ע זאך מיט וואס ווייניג רבי'ס קענען זיך בארימען. לאמיר זיך מצרף זיין מיט א קאפיטל תהלים פאר א איד א תלמיד חכם און עובד את ה' בתמימות וואס רבים צריכים לו, לשיטת הסוברים כתיבה כדיבור דמי.
א לַמְנַצֵּחַ, מִזְמוֹר לְדָוִד.
ב יַעַנְךָ ה' בְּיוֹם צָרָה יְשַׂגֶּבְךָ שֵׁם אֱלֹקי יַעֲקֹב.
ג יִשְׁלַח-עֶזְרְךָ מִקֹּדֶשׁ, וּמִצִּיּוֹן יִסְעָדֶךָּ.
ד יִזְכֹּר כָּל-מִנְחֹתֶךָ, וְעוֹלָתְךָ יְדַשְּׁנֶה סֶלָה.
ה יִתֶּן-לְךָ כִלְבָבֶךָ, וְכָל-עֲצָתְךָ יְמַלֵּא.
ו נְרַנְּנָה, בִּישׁוּעָתֶךָ וּבְשֵׁם-אֱלֹקינוּ נִדְגֹּל; יְמַלֵּא ה' כָּל-מִשְׁאֲלוֹתֶיךָ.
ז עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי הוֹשִׁיעַ ה' מְשִׁיחוֹ. יַעֲנֵהוּ מִשְּׁמֵי קָדְשׁוֹ, בִּגְבֻרוֹת יֵשַׁע יְמִינוֹ.
ח אֵלֶּה בָרֶכֶב וְאֵלֶּה בַסּוּסִים; וַאֲנַחְנוּ, בְּשֵׁם-ה' אֱלֹקינוּ נַזְכִּיר.
ט הֵמָּה, כָּרְעוּ וְנָפָלוּ וַאֲנַחְנוּ קַּמְנוּ וַנִּתְעוֹדָד.
י ה' הוֹשִׁיעָה, הַמֶּלֶךְ יַעֲנֵנוּ בְיוֹם-קָרְאֵנוּ.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 4:28 pm
דורך zurich
יאיר ביסט א געפערליכע לץ!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:37 pm
דורך פארוואס?
[tag]יאיר[/tag], גם לשיטת הסוברים כתיבה כדיבור דמי. עדיין צ״ע, אם copy/paste ככתיבה דמי.

ואת״ל דככתיבה דמי, מצינא לרפאות את כל החולים, ע״י סיום אלפי רבבות פעמים ספר תהלים בכמה שניות.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:02 am
דורך [NAMELESS]
http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=74286
ב״ה יעצט קומט אריין די נייעס אז דער ויזשניצער רבי איז ארויס פון שפיטאל אין וועט זיין מיט זיינע חסידים אויף יו״כ אין ביהמ״ד זאל עם גאט שענקען א גאנצע רפואה בתוך שאר חולי ישראל

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:20 am
דורך שבת אחים
ווייסט איינער צו די וויזניצער רבי איז געוועהן אין ביהמ״ד יוכ״פ ? נו @ימי קדם א באריכט ביטע ?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 8:00 am
דורך דריידל
שמעתי אז די רבי האט פארגעזאגט איין מאל כל נדרי, און שמע ישראל ביי נעילה.

ב"ה מ'זעט אז מיינע תפילות האבן א כח

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 8:21 am
דורך [NAMELESS]
די תפילות זענען טאקע דיינע
אבער די מעשים טובים מיינע!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 7:19 pm
דורך הדד בן בדד
יאיר האט געשריבן:פילייכט וואלט געווען כדאי אויסצוטיילן פון דעם רבי'נס מיליאנען פאר צדקה לזכות רפואתו.


יאיר, דו ביסט זיס, דו ביסט נישט נושא פנים פאר קיינעם. איך האב הנאה פון דיר.

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:47 pm
דורך ימי קדם
א קורצע אפדעיט:

במשך די ערשטע טעג איז די רבי אריינגעקומען נאר איינמאל צום זינגן תתברך ביי שחרית. די מצב איז זייער נישט גוט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:56 pm
דורך קאווע טרינקער
ימי קדם האט געשריבן:די מצב איז זייער נישט גוט.

פאר וועם? פאר די קינדער וואס ווארטן?

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 10:57 pm
דורך סאו וואט
למאי נפק"מ?
למקח וממכר...