בלאט 1 פון 3
קלויזענבורג'ער חיות/עופות
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:48 am
דורך סאו וואט
אה! ס'קומט שוין די כפרות סיזען, דער קאמפעטישען צווישען די מוסדות זענען גאר גרויס, יעדער האט דער שענסטע ווייסטע טשיקען אויפן ליין, יא, אט די זעלבע מוסד וואס האט מיר אפגעשטופט מיט שתי ידים פאר צוויי חדשים צוריק נישט אריין צו נעמען מיין זוהן דארט, זוכט מיר יעצט פאר א קאסטומער, מיט שרייענדיגע עדס און לעמפעלעך, זיך בעטענדיג שטיצט אונזער הייליגע מוסד, יא מיר האבען א שוחט אויפן פלאץ, העלאו, וועקט ענק אויף, נאר איין שוחט? ענק האבען גאר אסאך, און א גאנצע סטעף שוחטים! דאס זענען אט די זעלבע סטעף שוחטים וואס זאגען אפ די אלע קינדער פון זייער מוסד, יא, הרב מוסד, איר האט אסאך יודישע בלוט פארגאסען און גייען פארגיסען אויף ענקער הענט, און יעצט ווילן ענק הרצחת וגם ירשת, אויך מיין געלט, און א טשיקען פאר יעדער באזונדער, מוסד מוסד אל תכסי דמם, ענק האבען גענוג געדרייט כפרות מיט מיר, מיט אלע קינדער באזונדער, מיר האבען שוין באקומען אונזערע כפרה, די והותר.
אבער דאס איז נישט מיין עיקר ציל פון שרייבען דא דערוועגן, נאר א זייטיגע באנוס.
מילא, די מוסד, האסט א בעקיורד, און חזיר'סט אן דיין הויף, גייט מיר נישט אן, שמעק אויס דיין אייגען חלק, און זיי שמוציג חזיר'יש פארשטונקען פאר זיך, אבער דו קלויזענבורג'ער מוסד/רבי וואס איז דער קאפ שטיק פון אראפלייגען א גאנצע סטאדע טשיקענס אויף פופציג סטריט קארנער פערצן, ממש אויפן סיידוואק, חזיר'סט אן דער גאנצע רשות הרבים כאילו ס'באלאנגט פאר דיר, דו רעכענסט דיך נישט מיט פיסגייער, מיט שכנים, מיט'ן באס סטאפ קעגן איבער, און מיט די גאנצע ארום, קלויזענבורגער רבי, אז איך גיי אייך מסר'ן פאר די שטאט, און איר זענט דאך באקאנט במנהגי נאצי דייטשלאנד, וועט איר שרייען אז נאצי דייטשלאנד האט מען אויך אזוי געטוען, אמת טאקע אז נאצי דייטשלאנד האט אויך נישט געלאזט שחט'ן, אבער אלס צער בעלי חיים (כלומר'שט, מענטשען זענען זיי נישט אנגעגאנגען), דא אבער, זענען איר סתם א אומפארשעמטער פארשוין, האסטו זיך אינטרעסירט ביי די ארומיגע אויב זיי לאזען עס צו? ניין, והא ראיה אלע שכנים רעדן זיך אפ אויף דעם, און דערפאר גייט מען דיר נישט צו לאזען צו האלטן דיינע טשיקענס אויפ'ן רשות הרבים.
באטאם ליין: קלויזענבורג'ער חיות נעמט אוועק ענקער קלויזענבורג'ער עופות פון דארט באצייטענס, פאר מ'גייט ענק מסר'ען, עטס זענטס עקעלדיג! אה, כ'בין א מסור, דו מעגסט טוען וואס דו ווילסט, ווייל דו ביסט א מוסד, אהא, איך טאר נישט, האלטס דער טשיקען און ענקער פראנט יורד, וואלטיך געוואלט זעהן וואס עטס וואלטס געטוען? אז ענק האבען נישט אן אייגען בעקיורד פארקויפטס נישט, ואנשי קודש תהיו לי, פאר מ'וויל זיין "קודש", טייטשען ספרים, דארף מען זיין "אנשי" מענטשליך, זיך רעכענען מיט די ארומיגע.
פוי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:28 pm
דורך קאווע טרינקער
311
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:02 pm
דורך [NAMELESS]
311 ארבייט פיין. בדוק ומנוסה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:25 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
קלויזענבורג האט מער לאט'ס אין בארא פארק ווי בערל האט סמייליס
וואס קענען זיי זיך נישט מאכן די כפרות אין איינער פון די לאט'ס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:34 pm
דורך דריידל
פיין געשריבן אבער די טענה איז גילטיג אויף אסאך אנדערע מוסדות נישט נאר קלויזענבורג.
באמת איז די געפיראכץ זייער אומאחריות'דיג. יעדעס יאר הערט מען ווי די ענימעל רייטס חברה פראטעסטירן קעגן די כפרות. לענ"ד איז א פראגע פון צייט ביז די סיטי וועט זיך אריינמישן דא און דעמאלטס וועט די פאקט אז מ'מאכט אן א חזעריי אין די גאסן, אריינשפילן און זייער הענט צו באקומען סימפאטיע פון די אלגעמיינע גאס.
איך בין יעצט מגלה דעת פאר אלע עסקנים: קומט נישט צו מיר אפאר יאר ארום אז מ'דארף שאפן א מיליאן דולער אפצושאפן די גזירה נגד די הייליגע מנהג פון כפרות. יעצט איז די צייט אז עסקנים זאלן אויפמערקזאם מאכן אלע כפרות פארקויפער זיך אויפצופירען נארמאל. ערשט נעכטן האב איך געזען הינדרעטע טויטע טשיקענס וואס זענען נעבך אויסגעגאנגן צוליב די גרויסע היצן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:40 pm
דורך סאו וואט
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:קלויזענבורג האט מער לאט'ס אין בארא פארק ווי בערל האט סמייליס
וואס קענען זיי זיך נישט מאכן די כפרות אין איינער פון די לאט'ס?
אז מ'קען אן דרעקן ביי יענעם, פארוואס זאל מען דען דרעקען ביי זיך.
ומכאן הכרוז יוצא: קלויזענבורג, קלין אפ עפטער יאר טשיקענס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 5:35 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:51 pm
דורך משה פיטות
דריידל האט געשריבן:פיין געשריבן אבער די טענה איז גילטיג אויף אסאך אנדערע מוסדות נישט נאר קלויזענבורג.
באמת איז די געפיראכץ זייער אומאחריות'דיג. יעדעס יאר הערט מען ווי די ענימעל רייטס חברה פראטעסטירן קעגן די כפרות. לענ"ד איז א פראגע פון צייט ביז די סיטי וועט זיך אריינמישן דא און דעמאלטס וועט די פאקט אז מ'מאכט אן א חזעריי אין די גאסן, אריינשפילן און זייער הענט צו באקומען סימפאטיע פון די אלגעמיינע גאס.
איך בין יעצט מגלה דעת פאר אלע עסקנים: קומט נישט צו מיר אפאר יאר ארום אז מ'דארף שאפן א מיליאן דולער אפצושאפן די גזירה נגד די הייליגע מנהג פון כפרות. יעצט איז די צייט אז עסקנים זאלן אויפמערקזאם מאכן אלע כפרות פארקויפער זיך אויפצופירען נארמאל. ערשט נעכטן האב איך געזען הינדרעטע טויטע טשיקענס וואס זענען נעבך אויסגעגאנגן צוליב די גרויסע היצן
איך שטים איין מיט דיר אז אלע מוסדות דארפען איופקלינען נאך זייער שמיץ ... אבער איוף קלויזענבורג איז די קשים 10 מאל מיר ער האט דאך נאך 20 לאטס אין בארא פארק פארוואס דארף עס זיין בא די מאסט ביזיעסט אונטער סעקשען אין בארא פארק???
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:31 pm
דורך דולה ומשקה
אן אריין גיין איבער די הלכה/מנהג/חומרא/מסורה פון כפרות שלאגען,
אבער דאס וואס סאו וואט האט ארויף געברענגט אויפן טיש איז "דברי יציב", איך ווייס נישט ווי אזוי די שכנים אין יענע רויטע בנין האלטען דאס אויס, יעצט איז א צייט וואס מ'האלטן די פענסטערס אפען, איז דאס נישט קיין חוצפה זיך אזוי ווייניג צו רעכענען מיט יענעם? דארף יענער אריין שמעקען דיין צואה'דיגע גראך? דארף ער זיין געצווינגען צו האלטן זיינע פענסטערס פארמאכט צוליב דיינע אני ואפסי'דיגע רשעות?
אויף יענע בלאק אליינס האבען זיי א "שפע חיים" פון לאטס, קלאפ אראפ די שמאטע הייזער, און שטופ דארט אריין דיין עקלהאפטיגקייט.
מ'פארהערט זיך מורה מורינו'ס אבער אן קיין טראפ מדות, גארנישט.
א גרויסע דאנק פאר דאס ארויף ברענגען דער קלויזענבורגער כפרות נושא צום פאבליק.
בילדער?
איינער האט בילדער?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 11:59 pm
דורך דולה ומשקה
שמעקעדיג האט געשריבן:סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?
פארוואס זאל ער נישט וויסען, ער וואוינט דאך אויף יענע בלאק, עס איז גלייך אנטקעגן איבער זיין בית מדרש.
דער גראך און שמוץ איז אין דער גאנצע סביבה.
ווען ער מאכט נאר דעם רעכטס ביים ארויס גיין פון זיין הויז זעהט ער וואס טוט זיך, סיידען אויב איז ער בלינד ח"ו און דער נאז איז איהם פארשטאפט. (יא, ער גייט מיט דער קאפ אין דער הייעך אין די אויגען ברייט אפען ווען ער שפארצירט).
עס איז נישט קיין אמעריקאנער נאצי'ס וואס בעטן דאס אויפצוהערען,
דאס איז אחינו בני ישראל, היימישע און חסידישע, אייניקלעך פון הרוגים בשואה וואס בעטן זיך צום קלויזענבורגער קהלה אויף צו הערען.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:27 am
דורך אפטעמיסט
בעלעד האט נישט קיין כפרות?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:28 am
דורך יין שרף
נאר צוויי...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:21 am
דורך דולה ומשקה
קלויזענבורג כפרה צענטער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:22 am
דורך דולה ומשקה
נאך פון דער קלויזענבורג כפרה צענטער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:22 am
דורך דולה ומשקה
לייען דעם שמאטע סיין: מהודר'דיגע כפרות צענטער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:24 am
דורך דולה ומשקה
כנ"ל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:25 am
דורך דולה ומשקה
עוד כנ"ל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:15 am
דורך סאו וואט
נישט מקנא דער הויז דערנעבן. און דער גאנצע ארום.
חזירים איז נישט דער ווארט.
און דער שמוציגער פיקטשערס איז לכאורה גענומען געווארן פארטאגס (יא, דולה? שטייסט אויף פארטאגס? ווי דער יאג?), ווען ס'איז מכלומרשט קלין, און אן קיין מענטשען.
כאפ בילדער נאכמיטאג, ווען ס'איז פיל מיט מענטשען, און ווען ס'איז א גרויל דורך צו וואקען דער גאנצע גאס, מיט צואות העופות.
העלאו, וואס איז דער קונסט אראפצושטעלן קעסטלעך עופות אויפן סיידוואק, און שרייבען ס'איז א כפרות צענטער,
אה, איך בין אויך א ריזיגע חסידות, איך האב אויך א בוטשער, wow כ'בין אויך גרויס, כ'האב טשיקענס צו פארקויפען, בעיביס.
וכדי בזיון וקצף.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:39 pm
דורך matovu
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 12:44 pm
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז מיר מעורר צו תשובה. איך וויל נישט מגולגל ווערן אין א קלויזענבורגער טשיקן און נאך דורך גיין א קלויזענבורגער שחיטה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:19 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:45 pm
דורך סאו וואט
שמעקעדיג האט געשריבן:סאו וואט, ביסט זיכער אז דער רבי ווייסט דערפון אז דו שעלסט אים אזוי?
הרב שמעקעדיג וואלסט שוין געמעגט דאס וויסען.
א חוץ דער פאקט אז דער רבי וואוינט אפאר הייזער אראפ, און שמעקט זיין חלק.
איז יעדער רבי / אדמו"ר, נישט קיין נפק"מ ווי הייליג ער מאכט זיך, און ווי הייליג ער פארגלייזט זיך דער אויגען, און ווי סאך מלאכים ער כאפט נאר דארט אויבען ביים פיס, זיי זענען נארמאלע סימפעל מענטשען, וואס ווילען וויסען וואס טוט זיך, ליינען דער נייעס, הערן באריכטען, און ווייסען זייער גוט וואס טוט זיך אויפען וועלט.
סקווירא רבי ווייסט אז שאול שפיצער זיצט פאר זייניט וועגן, און קלויזענבורגער רבי ווייסט ער סרח'ט אן דער געגענט מיט טשיקענס, און זיי ווייסען פונקטליך וואס טוט זיך אפ און זייערע פארטייען. זיי זענען אנשים כערכינו, און נאך אויף אסאך ערגערע דרגה פון אונז דא.