אין יהדות איז דא די מושג פון יראת שמים, וואס מ'זעהט אז דאס איז אינגאנצן נישט קיין מילתא זוטרתא, ס'איז נישט קיין זאך וואס קומט אן גרינג, די ענין פון יראת שמים איז אז מ'זאל מורא האבן עובר צוזיין אויף די איסורי התורה, אזויווי ס'שטייט למען תהיה יראתו על פניכם לבלתי תחטאו.
בפשטות איז שייך צוזאגן אז ס'איז פארהאן דרגות אין יראת שמים, ס'איז פארהאן א גרויסער ירא שמים, אזויווי ס'ווערט דערמאנט אין הלכה לגבי שוחט אז ער דארף צוזיין א ירא שמים מרבים, וואס לויט טייל מפורשים (ס'איז א פסוק אין נחמיה) מיינט דאס זיין א גרעסערע ירא שמים ווי דער געווענליכער רבים, מ'טרעפט אויך אין תנ"ך עטליכע מאל די אויסדרוק פון ירא את השם מאד,דהיינו איינער וואס האט מורא פון יעדע נדנוד חטא, דערנאך איז דא א קלענערער ירא שמים, איינער וואס האט נאר מורא פון גרויסע עבירות ווי בעילות זנות, חילול שבת, משא"כ מצוות שאדם דש בעקביו, ווי למשל ראיות אסורות, הלבנת פנים, וכדומה, האט ער נישט אזוי ווייט מורא, דערנאך איז דא די סארט פון זערא-יראת שמים, און איז לאו דוקא אן אינו מאמין, נאר פשוט און פראסט אן עבר ושנה'ניק אין אלע געביטן.
מיין שאלה איז, צי קלאפט אויס די געוויסע דרגות אין יראת שמיים אויך לגבי די כמות פון יראה וואס א מענטש האט, דהיינו ס'איז אינו דומה די יראה וואס מ'האט פון א נידריג-ראנגיקער באאמטער ווי פון א הויעך-ראנגיקער באאמטער, צובש"פ מ'טרעפט ביי צדיקי החסידות, ווי אויך ביי די גדולי המוסר, אז זיי האבן ממש געאטעמט מיט יראה, עס ווערט אסאך פארציילט איבער די יראה וואס האט זיך אנגעזעהן בחוש וויאזוי זיי ממש געווארפן הענט און פוס אין געוויסע זמנים, לעומת זה, געפינט מען נישט אז דאס זאל אייביג זיין די צוגאנג אין אלגעמיין ביי די מער הלכה-אריענטירטע גדולים, לאמיר נעמען לדוגמא הג"ר משה פיינשטיין, מ'געפונט נישט די אלע סארט מעשיות, ווי צובש"פ ער זאל נשתנה צורה ווערן ביי ובמורא גדול זה גילוי שכינה.
קענטליך ליגט די דיפרענץ אין דעם וואס ביי טייל צדיקי החסידות און גדולי בעלי מוסר איז די תורה נישט נאר א פראקטישע וועגווייזער פאר א רעליגיעזען לעבנסשטייגער, נאר כסדר'דיגע תביעות זיך צו ראנגלען בפועל ובמחשבה קעגן דעם עטיו של נחש וואס איז דא ליארדע מינוט אים צו בייסן א גיפטיגן ביס, און הגם מ'פרובירט נאכצוקומען אלע דיני התורה, אבער כולי האי ואולי, ווער קען מבטיח זיין אז מיר האבן יוצא געווען יד"ח, נאך אלעם איז דאך אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא.
ווידעראום די הויפטשטרומיגע הלכה אריענטירטע רבנישער אידישקייט באטראכט די תורה אלס א פראקטישער וועגווייזער, וויאזוי אומצוגיין אין טאג-טעגליכן לעבן, און איינמאל איינער טוט אלעס נאכצוקומען און מדקדק זיין בקלה כבחמורה, ולאו דוקא מיט מסירות נפש ממש, נאך אלעם רעדט מען דאך נישט דא פון די ג' חמורות, קען ער זיין מיט שלוות הנפש.
(דרך אגב די זעלבע עסק פון יראה וואס מ'טרעפט ביי גדולי החסידות, טרעפט מען די זעלבע סארט אבסעסיע לגבי גדרי הלכה ביי די בריסקאים, ווי אויך לגבי ביטול תורה אין אלגעמיין אין די ישיבה'שע וועלט)
ס'קען זיין אז איין וועג לגבי די אנדערע, איז מער פראקטיש, אטראקטיוו, אבער נאך אלעם זענען זיי קלאר צוויי לעגעטימע דרכים אין עבדות השם, אדער אפשר איז טאקע יא פארהאן דרגות אין יראת שמים אויך לגבי די כמות פון יראה, און אז למשל די סקולענער רבי זצ"ל איז טאקע געווען א גרעסערע ירא שמים ווי הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל. האומנם ?
ירא שמים מרבים, פירושו ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ס'איז אבער א גרויסע חילוק צעווישן יראת שמים און גאונות אדער התמדה, ווייל למעשה ביידע פילן אויס דעם טאג מיט עבדות השם איינער איז מער עוסק אין תורה דער אנדערער אין תפילה וגמ"ח, משא"כ יראת שמים באצוט זיך אויפן כאראקטער זעלבסט, ס'איז מיר א גרויסע חידוש צו זאגן אז די דרגות אין יראת שמים וואס ווערט געברענגט באצוט זיך אויך אויף די וועג וויאזוי די יראה קלאפט אויס חיצוניותדיג.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ד.ה. דו מיינסט אז סקולענע רבי וואלט ענדערש געווען ראוי לאותו איצטלא פון א שוחט ווי ר' משה פיינשטיין ז"ל? איי דאונט טינק סאו.
יראת שמים פון זיך ווארפן ביי ובמורא גדול איז שוין א רעזולטאט פון יראה, נישט יראה אליינס, ביי יעדן קלאפט דאס אויס אנדערש, און דאס קומט מער לכאורה פון יראת הרוממות, נישט די פשוט'ע יראת שמים ויראת החטא פון וואס דער שו"ע פארלאנגט.
יראת שמים פון זיך ווארפן ביי ובמורא גדול איז שוין א רעזולטאט פון יראה, נישט יראה אליינס, ביי יעדן קלאפט דאס אויס אנדערש, און דאס קומט מער לכאורה פון יראת הרוממות, נישט די פשוט'ע יראת שמים ויראת החטא פון וואס דער שו"ע פארלאנגט.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
יראת חטא איז נישט באגרעניצט צו יראה מחמת עונש, ס'קען אויך מיינען יראת הרוממות, הגם ס'שווער צו מעסטן ווי ס'הויבט זיך אן און ווי ס'ענדיגט זיך, סא זאגסטו למעשה אז סקולענער רבי איז געווען א גרעסערע יר"ש אין יראת הרוממות ווי הרב פיינשטיין ?
דרך אגב אסאך חסידים וואלטן נישט געגעסן פון די שחיטה פון הגרמ פיינשטיין אדער אפילו חפץ חיים ווייל זיי זענען נישט געגאנגן טעגליך אין מקווה זיי וואלטן ענדרעש געגעסן פון די שחיטה פון עפעס א חסידישן ביק.
דרך אגב אסאך חסידים וואלטן נישט געגעסן פון די שחיטה פון הגרמ פיינשטיין אדער אפילו חפץ חיים ווייל זיי זענען נישט געגאנגן טעגליך אין מקווה זיי וואלטן ענדרעש געגעסן פון די שחיטה פון עפעס א חסידישן ביק.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
יראת שמיים פון א שוחט איז דאך נישט קיין מיסטישע הגדרה עס גייט אונז נישט אן וויפיל מאל דער שוחט'ס הארץ קלאפט ביי במורא גדול אדער ביי ונתנה תוקף, עס איז לכאורה נאר א פראקטישע זאך, אז מען זאל זיין זיכער די שחיטה איז טאקע כשר, וואס וויבאלד עס איז דא פארשידענע זהירות וואס מדארף אויף שחיטה וואס קיינער וייסט נישט נאר דער שוחט פאדערט מען מען זאל עם קענען טראסטען און יראת שמיים איז א עצה אויף דעם. לו יצוייר עס איז דא א ווידיאו מיט א קאמפיוטער וואס זאגט אונז פונקט אויב עס איז כשר וואלט מען געקענט מוותר זיין בכלל אויף די גדר פון ירא שמיים. ממילא איז דארף מען דן זיין נאר לויט דעם, איך קלער נישט די אנדערע סטיילס יראת שמיים ווי סקולענער רבי ווערסוס הרב פיינשטיין מאכט אויס לגבי דעם.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
בעצם העניין אוודאי זענען פארהאן פארשידענע דרגות און סטיילס לגבי וואס מ'רופט יראת שמיים ויראת חטא, און תלמידי חכמים פארשטיין מגדיר זיין און אפלערנען פארשידענע דרכים וואס איז דא ביי ספרים און ביי גדולים וצדיקים, פונקט ווי יעדער זאך איז דא פארשידענע פלעיווערס און סטיילס נישט נאר איין וועג, וזה צריך תלמוד.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
איז דער חיוב אז א שוחט זאל זיין א ירא שמים אויף דער שוחט אדער אויף די מענטשען וואס ווילען עסען זיין שחיטה?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).