אחראים גבאים מנהל געזוכט פאר צוויי טעג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
יושב קרן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:26 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

אחראים גבאים מנהל געזוכט פאר צוויי טעג

שליחה דורך יושב קרן »

אין אייוועלט דאס איז.

איך הער פון ''אונטער'' די קוליסן אז מען זוכט דארט פאר בלויז צוויי טעג א מנהל אחראיים גבאים, די מעשה איז אז חול המועד גייען אלע צו דעם פלעי (שפיל) ''אונטערן בילד'', קיינער פון זייערע באהערדע האט נישט געוואלט דאס אויפגעבן, ס'גייט זיין אזוי סך פאן!

קאנדידאטן וואס וועלן ווערן גענומען אין באטראכט. כדי צו קוואליפיצירן מוזן די קאנדידאטן זיין אזעלכע וואס

שניידן נישט די בארד. (שנאצען נאר מיט א היתר)

אויסזען אינדרויסן גאר פרום

גיין אין מקוה יעדן טאג

האבן א ידיעה אין וועלטליכע און אמעריקאנער פאליטיק (לכתחילה איז בעסער צו ליגן ראשו וריבו אין אבאמא מיט אלע וואלן פאליטיק, וכל המוסיף בקדושה מוסיפין)

טראכט קיינמאל נישט אידישע פאליטיק, אויב קומט יא ארויף עפעס אין מחשבה איז ער מסיח דעת (מחשבת רכילות, נו!)

האט נישט קיין חברים וואס האבן נישט לפחות איין סמארט פאון מיט א פילטער

צווישן אבאמא פאליטיק נייעס און די לעצטע הייליגע קאנגרעס וואלן רעזולטס פון ארעגאן נייעס (זייער וויכטיג דאס מיטהאלטן און ליגן דערין באגלייט מיט יעדן אנאליז פון יעדן גוי פאליטיקאנט טאג און נאכט, ס'נישט כפירה!) האט ער אויך א שיעור אין בבלי

מוז האבן א רבי צו וועם ער גייט

לאכט נישט אפ פון קיין שום מנהג אבותינו (עכ''פ נישט שריפטליך)

אפליקאציעס ווערן אנגענומען ביז ערב יום הקדוש, אההה...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יושב קרן: ציונים נעמט מען אויכעט אן? ווייל איך האב א חבר וואס איז א גרויסער ציוני, ר"ל. ר'איז נתפס לדיעות כוזבות. ער האלט למשל אז הרב (אן קוואוטעישן מארקס) אברהם יצחק הכהן קוק ז"ל, איז געוועין א וואוילער איד . נאר די נארישקייטן וואס ער האט גערעדט איז געוועין ווייל זיין אהבת ישראל האט עים מעביר געוועין על דעתו, אזוי ווי דער בית ישראל מ'גור זי"ע האט עס מגדיר געוועין. אויכעט האלט מיין חבר אז די הייליגע ארגאניזאציע "נטרונא" זענען א פאר נארישע אידעלעך וועלכע האבן נישט וואס צו טון מיט זייער צייט און אידיש געלט, און זיי פארשווענדן עס אויף שטותים והבלים. און אז די סרח'דיגע קלאונס וועלכע רופן זיך "נטורי חרתא" זענען רשעים. מיין חבר זאגט מיר אויך אז ביבי נתניהו איז נישט אזא גרויסער רשע ווי הרב י.מ. סופר ז"ל, שליט"א ה' יאריך ימיו ונשותיו לייגט עים אראפ. מיין חבר מאכט טאקע שטארק חוזק און לאכט אפ פון דעים "הרב" י.מ.ס. וועלכער רופטצעך הרב מ. פליפ-פלאפ. אויכעט פון ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. נאר איך בין נישט מסכים מיט מיין חבר. אויך "הרב שמעקעדיג שליט"א, וועלכער איז א ספרא רבה אטע דא אין שטיבל, איז אויכעט נישט מסכים מיט מיין חבר. ער האלט אז ער דארף א דאקטער. "סטעט"... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :o
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
פארשפארט