בלאט 1 פון 1
שבת עפפ וועט ערשיינען בקרוב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:59 pm
דורך נהורא נפישא
קומענדיג פאברואר איז ערווארטעט ארויסצוקומען א נייעם עפפ וואס וועט ערמעגליכן זיך צו באנוצן מיטן סמארטפאון אום שבת, די עפפ ווערט אויסגעארבעט פון טעכניקער און צוזאמענהאנג מיט פוסקי הלכה, אז דאס זאל זיין אויסגעארבעט צו לעזן אלע הלכהדיגע שאלות וואס איז נוגע בשעת'ן זיך באנוצן מיטן פאון אום שבת, איינע פון די מיטלן מיט וואס זיי באנוצן זיך לדוגמא, איז גרם מלאכה, ס'וועט ענטהאלטן א דילעי סיסטעם, ווי באקאנט איז א גרם מלאכה מותר, הגם שיש לדון בזה, ס'קען זיין אז זיי זענען אויך מצרף די סברא אז ס'איז נישטא קיין דאורייתאדיגע הבערה.
לגבי טעקסט אז ס'זאל נישט הייסן קיין כתב המתקיים וועט זיך אטאמאטיש דאס אפצומעקן יעדע קורצע וויילע, ס'וועט זיין אן אינדיקעטאר אויפן סקרין ווען מ'קען עס איינפלאגן צו ריטשארדזשן וואס דעמאלטס וועט עס בלייבן אויסגעשאלטערט פון עלעקטריציטעט ביז א וויילע שפעטער, און נאך פילע הלכהדיגע לעזונגן.
http://www.shabbosapp.com
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:16 pm
דורך שמעקעדיג
הלכה אין דער זייט, איז עס משוגע'נעם איינפאל, און איך בין אויפגעברויזט אויף אזא עפפ.
משוגע מטארא, אביסעלע מנוחה פארגינט מען אונז אויך נישט.
אלענפאלס, עס איז א קראנקע געדאנק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:20 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
אנבליוועבעל,
אמאל איז א פליגער געווען א פארגעניגן, ס'נישט דא קיין סערוויס, אמאל א שאויער געווען א פארגעניגען, ס'טאר נישט נאס ווערען
היינט איז דא וואסער פראפ, האט סערוויס אויפן פליגער,
די איין טרייסט איז געווען שבת.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:24 pm
דורך נהורא נפישא
ווער נישט אזוי צוהיצט, ס'קען זיין אז ס'האט א געוואלד פון חסרונות, ס'קען זיין אז די וואס וועלן זיך באנוצן דערמיט וועלן שוין קיימאל נישט וויסן מער פונעם טראדיציאנאלער שבת, כזע אבער נישט וואס באדערט דיר די מעגליכקייט צו לעזן טעכנישע פראבלעמן אין איינקלאנג מיט הלכה, מיר זענען ערוואקסענע נאך אלעם און מיר האבן א טשויס, אלענפאלס גלויב איך נישט אז דיין פאמיליע, חברים, מתפללי ביהמ"ד וועלן זיין די ערשטע זיך צו באנוצן דערמיט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 7:54 pm
דורך ביבער
לכאורה וועט מען נישט מעגן האבן א פילטער שבת צוליב בורר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:04 pm
דורך שמעקעדיג
אוכל מתוך פסולת אויך נישט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:05 pm
דורך יין שרף
נישט מיט א כלי...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:27 pm
דורך דריידל
א געוואלדיגער איינפאל איך וועל אבער נישט קענען נהנה זיין דערפון צופיל ווייל איך טראגן נישט מיט'ן א. ג. עירוב.
קען מען נישט אויפקומען מיט א פאטענט אז ס'זאל מיך נאכוואקן ווי איך גיי?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 8:32 pm
דורך שמעקעדיג
דו טראגסט אויך נישט פון בעדרום ביזן בעסקיס?