בלאט 1 פון 2
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:37 am
דורך פארוואס?
דא אין קאווע שטיבל הייסט ער לייבל כהן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:38 am
דורך [NAMELESS]
פשיהא!! א כבוד.
[tag]mk studio[/tag]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:45 am
דורך הערשי
טאקע א כבוד!
אגב, וואו האט דאס שמעון מפרסם געווען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:22 am
דורך כוכב
זייער א שיינע זשאב פון משוררים און דער דודי קנאפלער איז אן אויפגייענדע שטערן ראוי לשבח ולברכה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:16 am
דורך שמערל
פארוואס? האט געשריבן:דא אין קאווע שטיבל הייסט ער לייבל כהן.
און ער אליין שרייבט זיך אינטער אליעזר? אדער איז דער אימעיל שרייבער בכלל נישט לייבל?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:06 am
דורך יואליש
שמערל האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:דא אין קאווע שטיבל הייסט ער לייבל כהן.
און ער אליין שרייבט זיך אינטער אליעזר? אדער איז דער אימעיל שרייבער בכלל נישט לייבל?
פון וויקיפידיע:
In the 1990s, Cohen was romantically linked to actress Rebecca De Mornay.[98] De Mornay co-produced Cohen's 1992 album The Future, which is also supposedly dedicated to her with an inscription which quotes Rebecca's coming to the well from the Book of Genesis chapter 24[99] and giving drink to Eliezer's camels, after he prayed for the help; Eliezer ("God is my help" in Hebrew) is Cohen's Hebrew name, and Cohen sometimes referred to himself as "Eliezer Cohen" or even "Jikan Eliezer".
די אימעיל איז ווירקליך פון לענארד/לייבל/אליעזר. כ'בין געווען דער שליח להולכה פון שמעון צן פרייליך בענד, כפי רצונו של כהן שבימיך.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:50 pm
דורך ודי למבין
אינאמת האט שוין אוהד ארויפגעשמירט דעם ניגון אויף בואי כלה שוין א לאנגע צייט צוריק. אבער סאיז זיכער דרך כבוד אז רבי לענארד האט צוריק געשריבן. הלללוקה איז איינס פון די שטערקסטע ניגונים עווער.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:19 am
דורך סאשי פיש
אבי פרץ זינגט דעם ניגון ארען-טייטעלבוים בענד.
ווער איז שפילט עס שענער זיי צו פרייליך?
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0m3Tzc0mvqI[/youtube]
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:03 am
דורך יואליש
צוויי אנדערע סארט ארענדזשמענטס. פרייליך האט נישט קיין סטרינג סעקשאן און טייטלבוים האט נישט קיין כאר. כ'גלייך מער פרייליך'ס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:46 am
דורך רויטע וואנצעס
דודי קנעפלער mimic'ט כהן'ס ארגינעלע אנגעצויגנקייט אין די הויכע טענער אסאך שענער, ווי אויך איז די אינגע ענערזשי פון פריילעך מער potent.
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:27 pm
דורך mevakesh
דער רבי ר לייזער האט היינט ארויסגעגעבן דער קאווער פאר זיין נייע אלבום וואס ער גיבט ארויס צו זיין צוויי און אכציגסטע געבורטסטאג טרויעריג אין טיעף ווי נאר רבי לייזער קען עד מאה ועשרים
https://m.youtube.com/watch?v=v0nmHymgM7Y
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 9:00 am
דורך איך אויך
כנראה וועל איך קיינמאל פארשטיין די גרויסע גדולה מיט דעם לענערד, חוץ דאס אז ער איז א פרייע איד אנע בארד.
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:12 am
דורך mevakesh
איך אויך האט געשריבן:כנראה וועל איך קיינמאל פארשטיין די גרויסע גדולה מיט דעם לענערד, חוץ דאס אז ער איז א פרייע איד אנע בארד.
ער איז אפשר פריי למעשה אבער ער איז גאר ספירוטואל און לעבט אין טיפערס לדוגמא ער איז געווען א בודהיסט נזיר פאר אפאר יאר בשעת זיין מענעג'ער האט אויסגעליידיגט זיין באנק קאנטע
און עס קומט אלס ארויס אין זיינע ניגונים זיין לעכצען פאר טיפערס הגם צומאל אויף גאר א פעסימע וועג
אגב באב דילאן איז אויך א פרייער יוד אבער איך טרעף נישט אין איהם דער סארט טיפקייט הגם ער איז א גאון
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:20 am
דורך איך אויך
כ'זאג דיר צי אז ווען דער חזן אין דיין ביהמ''ד קרייעט אזוי דערשטיקסטו עם.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:47 am
דורך יואליש
איך אויך האט געשריבן:כ'זאג דיר צי אז ווען דער חזן אין דיין ביהמ''ד קרייעט אזוי דערשטיקסטו עם.
דו רעדסט פון זיין זינגן, זיינע שטים בענדער זענען טויט זינט זיין לעצטע אלבום צוליב זיין שיבה טובה. זיין נאכפאלגערשאפט איז בעיקר פאר זיין ליד, זיינע פיוטים, ווי אויך זיין פערזענליכקייט, מיט וואס זיינע לידער זענען געקניפט און געבינדן. די אנגסט איז פערזענליך זיינס, אבער גיט א שטימע פאר אנדערע וואס אידענטעפיצירן מיט דעם. ער איז בכלל נישט קיין ראק סטאר. ער האט א אונטערגרונד נאכפאלגערשאפט.
ס'איז מער דומה צו א רבי וואס איז גאר א שוואכער בעל מנגן אבער פארט הענגן די חסידים זיך אויף יעדע ווארט ביי מלכיות, זכרונות, אוו שופרות. זיי זענען מקושר מיט די נשמה פון די פיוטים און דער שליח ציבור'ס קשר דערמיט, בכלל נישט די מאלאדיע.
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:15 pm
דורך mevakesh
דאכט זיך אז זיין שטימע אפילו אין די יונגע יארן איז אויך נישט געווען ווייסעך וואס ספעציעל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:26 pm
דורך איך אויך
גערעכט.
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:50 pm
דורך mevakesh
א דוגמא אזוי ווי שלמה קרליבאך איז אויך אפילו אין די יונגע יארן ווען זיין קול איז געווען קלאר איז זיין מעלה נישט געווען זיין שטימע
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 9:05 pm
דורך mevakesh
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2016 10:25 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז באקאנט ערליכע אידן איז מען מגלה פון הימל אז זיי גייען שטארבן.
ער האט לעצטענס געשריבן פאר זיין חברתה וואס איז געשטראבן
We are really so old and our bodies are falling apart and I think I will follow you very soon," "Know that I am so close behind you that if you stretch out your hand, I think you can reach mine."
Re: לענארד כהן שיקט דאנק פאר "פרייליך" בענד און "משוררים"!!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:49 pm
דורך mevakesh
עס איז מיר אינטערעסאנט צו זעהן אן ארטיקעל אויף ליאנארד אויף בחדרי חרדים
http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=110791
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:04 am
דורך יואליש
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז באקאנט ערליכע אידן איז מען מגלה פון הימל אז זיי גייען שטארבן.
ער האט לעצטענס געשריבן פאר זיין חברתה וואס איז געשטראבן
We are really so old and our bodies are falling apart and I think I will follow you very soon," "Know that I am so close behind you that if you stretch out your hand, I think you can reach mine."
ס'איז נישט געווען באוויסט, אבער ער איז געווען שטערבליך קראנק מיט קענסער.
א זשורנאליסט האט געפאוסט די לעצטע אינטערוויאו כהן האט געגעבן פאר זיין הסתלקות.
https://m.youtube.com/watch?v=H4PqY-VgSsI
נשלח: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 2:33 am
דורך יואליש
שבת צונאכטס לייוו'ס קאלטע עפענונג האט נישט געהאט קיין איין וויץ, בלויז זייער הילערי אין איר ווייסע אנצונג זיצענדיג ביי א פיאנאו און זינגט כהן'ס "הללויה". ס'איז געווען א רירענדע סצענע צוזאמשטעלנדיג די צוויי הספידים פון די וואך.
(קול באשה)
https://youtu.be/BG-_ZDrypec