בלאט 1 פון 2
וואסטוטזיך גרופע
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:25 am
דורך איך אויך
אפשר קען מען רעדן אויב מען קען עפענען א וואסטוטזיך גרופע פאר חברי שטיבעלינו?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:30 am
דורך רויטע וואנצעס
מסכים. אבער מ'וועט דאך זעהן יעדעמ'ס סעל נאמבער?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:36 am
דורך איך אויך
ווייסט מען דען צאמצושטעלן דעם סעל נומער מיטן ניק? מען דארף נאר איין גבאי וועם מען טראסט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:23 am
דורך [NAMELESS]
היידע! א גוטע געדאנק
מקען זיך באניצען מיט א גוגל נאמבער אויך
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 4:46 pm
דורך איך אויך
נו ווי האלט מען? למשל איך בין בזה הרגע אין מירון. קודם כל זעה איך אז די אגדה פון 'תולדות בוסקילה' איז אמת ויציב און דערנאך עס באמבעט יעצט דא אוועק א ריזיגע סליחות/קאנצערט און אשאד עס איז נישט דא א גרינגע וועג צו שערן בילדער און קליפס.
אגב, די סליחות איז בראשות הרב גראסמאן.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:19 pm
דורך [NAMELESS]
wow!
זאלסט האבן געפוילט אלס גוטס אין אויסבעטען א גוט יאר פאר אונז אלע
ביי דיר איז יעצט טאקע 12:15 טיף אינמיטן נאכט דאך האסטו אינזינען די ישיבה של קאווע
מיר גייען יעצט מאכען כפרות לעבען קלויזענבורגער חיות/עופות....
שיק אונז א בילד אויף דעם אשכול. אין שיק א גריס אין מיין נאמען פאר הרב גראסמאן
אין אגב קריינא דאיגרתא איהו למהוי פרוונקא בנוגע צו די פתיחה פונעם אשכול דארף מען טאקע טהון דערון אין נישט לאזען שלאפען...
היה שלום כי נדבר!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:24 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
גם הכא גם התם
השתא הכא!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:28 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
כשם שהקב״ה לכל כך גם רבי שמעון לכל
וכשם שרבי שמעון לכל כך גם רבי נחמן לכל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:37 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
[tag]פליקער[/tag]
לאסט נישט צו דער גרופע,
אונז זענען מיר אקעגן וואטסעפפ, אראפ מיטן גראפע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:39 pm
דורך איך אויך
איי איי די ספרדישע פיוטים און בכיות שניידן אריין, אפילו די פייערן אין די מאנגלים ציטערן....
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:43 pm
דורך [NAMELESS]
דער חילוק איז פשוט בכל מיני פשיטות מכמנ סיבות
א: אין ק״ש זענען דא געסט וואס האלטען מיט יעדען גרעפצ משא״כ אויף וואטסעפפ איז דאס פארמאכט צווישען אונז
ב: פארקטיש איז וואטסעפפ פול גרינגער זיך צו אויסלופטערען נישט מיט קיין לאנגע באריכטען
ג: מקען טאנצען אויף אלע 3 חתונות
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:איי איי די ספרדישע פיוטים און בכיות שניידן אריין, אפילו די פייערן אין די מאנגלים ציטערן....
אין וי ביסטו אויף דער וועלט וואס איז ביי דיר? יום כיפור אדער שמחת תורה?
ביסט אינדרויסען פון מערה צו אינוויייניג?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:48 pm
דורך zurich
What's app
איז א גרופ נאר 50 מענטשען. מען קען ג'יין צו telegram וואס קען האבן 200 מענטשן
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:58 pm
דורך איך אויך
אתא איך בין אויף די מרפסת איין פיס אין איטליכע וועלט.
זוריך /ציריך לאמיר נישט לויפן פאר מען וואקט מען וועט זיך זארגן פאר דעם איין און פיפציגסטן ווען מיר וועלן האלטן דערביי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:07 pm
דורך לעמיל
[tag]איך אויך[/tag]
עפען אזא גראופ און ווער עס וויל זאל דיך שיקען א אישי מיט זייער נאמבער און קיינער אויף די גראופ דארף נישט וויסען ווער איז ווער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:08 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אתא איך בין אויף די מרפסת איין פיס אין איטליכע וועלט.
זוריך /ציריך לאמיר נישט לויפן פאר מען וואקט מען וועט זיך זארגן פאר דעם איין און פיפציגסטן ווען מיר וועלן האלטן דערביי.
איין פיס אין עטליכע וועלט?
האסט אויסגעפונען נאך א גאלעקסייע אדער גאר א נייער שטערען?
איי סאיז א געשמאק צו זיצען שפעט ביינאכט טיף טונקעל רוהיג אין שטיל אויף די מרפסת אין מירון מזעהט קלאר די ריינע הימל אין די בליונע שטערענס...
זאג מיר נאר,
סאיז דא נאך א וועלט אינדרויסען פון אונזער וועלט -קאווע שטיבל?
מסופקני בכך!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
לעמיל האט געשריבן:[tag]איך אויך[/tag]
עפען אזא גראופ און ווער עס וויל זאל דיך שיקען א אישי מיט זייער נאמבער און קיינער אויף די גראופ דארף נישט וויסען ווער איז ווער
גם אני מצטרף והוא אשר אמרתי אז ״קריינא דאיגרתא איהו למהוי פרוונקא״
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:14 pm
דורך איך אויך
אשאד אשאד עס וואלט זיך געפאסט צו עפענן די גראפ מיט בילדער פון אתרא קדישא הדין אבער איך פאר שוין אין 15 מינוט.
קעי ווער עס וויל זיין פון די עשרה ראשונים זאל מיר שיקן א נומער באישי.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:28 pm
דורך ידען
מע האט שוין געטרייט א פאר מאל אזא מין גרופ אבער סע האט זיך נישט געהאלטען לאנג
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:31 pm
דורך לאליפאפ
נארישע איידיע. יעדע ניק האט א אייגנארטיגע וועג פון שרייבן און מ'וועט גראד כאפן ווער איז ווער.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:58 pm
דורך berlbalaguleh