די חילוק פון בטחון און עצלות איז א חוט השערה!!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

די חילוק פון בטחון און עצלות איז א חוט השערה!!

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איך גיי שרייבן וועגן א נושא, וואס אויב מיר רעדן פון בטחון באלאנגט עס אין תורה ומחשבה, אבער אויב רעדן מיר פון עצלות באלאנגט עס אין געזעלשאפט.

איך בין יארן געווען עוסק אין חובת הלבבות. געלערנט בעיון יעדעס ווארט. עס איז געווען א מחיה צו לערנען אין דעם ספר. איינער פון די חלקים וואס איך האב מיך די מערסטע מחיה געווען איז שער הבטחון. יעדעס ווארט מעיין געווען. יעדעס מאל מדייק געווען נאך זאכן מדברין הקדושים. איך האב מיך אלע מאל פראבירט צו פירן על פי בטחון פון די חובת הלבבות. אויב איך האב געטראפן אנדערע שיטות האב איך מפלפל געווען בדבריהם. אזוי איז אהנגעגאנגען יארן לאנג, וואס איך האב פראבירט צו טראכטן אויף יעדער סארט השתדלות אויב איז עס אויסגעהאלטן לויט בטחון (פון די חובת הלבבות). אין א גוויסע בחינה איז מיין לעבן געווען זייער געשמאק אלע מאל געהאט א מהלך וואס מען דארף יא טוהן וואס מען דארף נישט טוהן.

איין מאל בין איך געווען ביי אן אדם חכם וחשוב, וואס איך פלעג אסאך שמועסן מיט אים. מיר האבן געשמועסט איבער א געוויסע השתדלות צו איך זאל עס טוהן אדער נישט. די שמועס איז געגאנגען אז צו עס איז אויסגעהאלטן לויט די חובת הלבבות. ער האט מיר געטענהט אז עס איז נישטא אזא זאך אויסגעהאלטן ווען עס איז נוגע בטחון. אויב בין איך א בעל בטחון ווען איך זיך בוטח זיין בשם אין נישט וועלן טוהן א געוויסע זאך. אבער אויב איך בין נישט בוטח בשם און די זאך דריקט מיר, טוה וואס דו דארפסט טוהן. איך האב געטענהט אז די חוה"ל האט אוועקגעשטעלט כעין הלכות בטחון, וואס אזוי זאל זיך פירן איינער וואס וויל זיין אויסגעהאלטן אין בטחון. ער האט געטענהט אז בטחון ווערט געניצט דורך פוילער מענטשן וואס ווילן נישט טוהן השתדלות, זיי זאגן אז זיי פארלאזן זיך אויף די באשעפער. איינער וואס האט בטחון וועט נישט ארויסגיין פון ביה"מ אימיטן אשרי-ובא לציון צו כאפן א באס, ווייל ער פארלאזט זיך אויף די אויבערשטער. אבער איינער וואס לויפט צום טרעין אינמיטן דאווענען איז נישט קיין בעל בטחון. איי ער טוהט נישט קיין גרויסע השתדלות'ן? דאס איז ווייל ער איז א פוילער מענטש, און ער ניצט בטחון צו בארעכטיגן זיינע שטיקעס אויף נישט צו ארבעטן.

בקיצור אויב האסטו בטחון וועסטו ממילא נישט זיכן צו טוהן די השתדלות.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער. די אלע מענטשן וואס זענען שטארק ענערגזשעניק, וועלן ממילא טוהן צו די זאך. זיי וועלן טוהן פאר זיי טראכטן. די אלע פוילער מענטשן וועלן סייווי נישט ארבעטן. זיי וועלן טרעפן אלע מיני תירוצים פארוואס זיי דארפן נישט ארבעטן. עס קען זיין אז זיי גייען זאגן אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן א דזשאב, עס קען זיין אז זיי פילן זיך נישט גוט, און יא עס קען זיין אזי זיי גייען זאגן אז עס פעלט נישט אויס ווייל די רבש"ע געבט פרנסה סייווי, און וויפיל איך גיי נאר טוהן גייט נישט זיין מער ווי ס'איז באשערט, ממילא איך בין יוצא השתדלות מיט עפעס א קלייניגקייט, און וויפיל די באשעפער וועט מיר באשערן וועל איך האבן נישט קיין איין פעני ווייניגער, און נישט קיין איין פעני מער.

פון די צוויי קאטעגאריעס רעד איך נישט. זיי גייען סייווי נישט טוישן זייער טבע אזוי שנעל. די אלע קענען שוין גיין ווייטער און איבערלאזן די אשכול.

וועמען יא איז די נושא נוגע? פאר רוב המון עם. איז דא אסאך וואס ווערן סטאק אין אן עצלות אטאק. אזוי אויך איז דא אסאך וואס ווערן סטאק אין א בטחון אטאק.

פאר די אלע מוז מען קלאר שטעלן אז 'די חילוק פון בטחון און עצלות איז א פיין ליין'. (בשם אן עלטערע בעל הבית)[/justify]
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

מען פארציילט אז די בעש"ט האט אמאל יוצא געווען השתדלות דורך קלאפן אויף יענעמס פענסטער.

מרגלא בפי חסידים אז דאס איז נישט א זאך וואס איז שייך פאר יעדן, נאר יעדער דארף טוהן השתדלות לויט זיין דרגא אין בטחון. ווען איינער פרעגן מעג איך עס טוהן לויט בטחון? דער תירוץ איז טוה לויט וואס דיין הארץ זאגט דיר. אז דו האסט בטחון אויף אזא דרגא וועסטו עס נישט טוהן
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
ראש הישיבה האט געשריבן:איך האב געטענהט אז די חוה"ל האט אוועקגעשטעלט כעין הלכות בטחון, וואס אזוי זאל זיך פירן איינער וואס וויל זיין אויסגעהאלטן אין בטחון.


ביסט לכאורה נישט גערעכט. עס איז נישט דא אזא זאך ווי 'הלכות בטחון'. קוק וואס איך האב דא בתוך הדברים געשריבן באריכות אויף דער נושא.

הוגה האט געשריבן:בטחון און השתדלות

אין דעם פרט איז דא א שטיקל מבוכה. פון איין זייט זאגן מיר אז ווער עס איז בטוח וועט באקומען די זאך בלי שום ספק. פון די אנדערע זייט ווייסן מיר אז עס פארלאנגט זיך השתדלות. די ענטפער אויף די סתירה איז אז בעצם איז בטחון אליינס גענוג. די פראבלעם איז אבער, אויב די מענטש וועט נישט טון קיין שום השתדלות דאן איז כמעט נישט מעגליך אז ער זאל הונדערט פראצענט גלייבן אז ס'וועט געשעהן. ערגעץ אין זיין מח וועט אריינדרינגן א צל של ספק אז אפשר טוט ער נישט גענוג, און ממילא, היות זיין בטחון איז נישט בשלימות וועט עס טאקע נישט געשעהן. משא"כ אויב ער טוט זיין השתדלות דאן קען ער שוין צוקומען צו די שלימות'דיגע בטחון און ערשט דאן וועט עס געשעהן.

ממילא, צדיקים וואס האבן געגלייבט הונדערט פראצענט אז זיי וועלן האבן פרנסה פון די אייבישטער, אן דעם וואס זיי גייען ארבייטן, האבן געקענט זיצן על עבוה"ש יומם ולילה און זיי האבן געהאט פרנסה – אן השתדלות, ווייל זיי האבן עכט געגלייבט. איינער וואס איז נישט אין די מדריגה דארף טון אביסל השתדלות כדי ער זאל צוקומען צו זיין אינגאנצן פארזיכערט. און דער וואס איז א נעגאטיווע בעצם, אדער האט שוואכע קאנפידענס וועט אפילו השתדלות אויך נישט העלפן. ווייל ער וועט אלעמאל טראכטן אז ער טוט נישט גוט און דורכן טראכטן אזוי איז ער מושך צו זיך נישט גוט.

איינער וואס איז בטבע א סקעפטיק וועט קיין שום סגולות אים נישט העלפן, ווייל ער גלייבט נישט דערין. די סיבה פארוואס ער טוט די סגולה איז נאר ווייל ער וויל פרובירן זיין מזל, אבער בעצם גלייבט ער נישט אז עס וועט אים העלפן. די איינציגסטע עצה פאר אזא מענטש איז אדער צו טון ריכטיגע השתדלות און אזוי צוקומען צו זיין פארזיכערט, אדער צו גלייבן אז די באשעפער קען אים געבן די ישועה אן קיין סגולות אן אזוי ארום צו פילן פארזיכערט. פארדעם קען מען זעהן שטילע תמימות'דיגע מענטש (באבעס און פרויען) וואס ביי זיי העלפט יא סגולות, ווייל טאקע וויבאלד זיי זענען נאאיוו, מען קען זיי גרינג איבער רעדן, ווערן זיי פארגלייבט אינעם סגולה, זיי גלייבן און זענען פארזיכערט, באקומען זיי זייער מבוקש.

וצוונו על מצוות בטחון

קען מען מחייב זיין א מענטש צו האבן בטחון? די סברא זאגט אז נישט. קענסט צווינגען און הייסן א מענטש צו זיין פארזיכערט, אבער אז ער איז נישט פארזיכערט קען ער גארנישט טון דערוועגן. אויב אזוי וואס מיינט דאס ווען די ספרים הייסן ארבייטן אויף בטחון?

איינער פון די ראשונים (דאכצעך די רמב"ם) פרעגט שוין די קושיא לגבי די מצווה תמידית פון אהבת השם. ווי אזוי קען מען מחייב זיין א מענטש ליב צו האבן? קענסט דען צווינגען א מענטש ליב צו האבן באנאנעס? אויב האט ער נישט ליב קען ער גארנישט טון דערוועגן? פירט יענער אויס אז די מצווה איז נישט ליב צו האבן די אייבישטער. די מצווה איז צו ארבייטן דערויף. לערן די תורה, לערן די נושא פון יציאת מצרים, בחירת ישראל לעם הנבחר, קבלת התורה, דריי דיך ביי ערליכע אידן, טו זאכן וואס וועלן דיר צוברענגן צו אהבת השם. לעב מיט התבוננות, דאס איז די מצוה.

די זעלבע איז ביי בטחון. מען קען נישט צווינגען קיינעם צו זיין פארזיכערט. די מענטש קען אבער ארבייטען דערויף ווי פאלגענד:

ער קען לערנען די ספרים וואס זענען עוסק אין די נושא, ספעציעל חובת הלבבות שער הבטחון.

ארבייט אויף דיין התבוננות. זיך אינצידענטן וואס וועלן אנדייטן און אויפווייזן אז די באשעפער קען אלעס, אז בטחון העלפט וכו', חזר דיך איין די מעשיות ביז דו וועסט זיין אינגאנצן איבערצייגט.

ווען דו ביזט נישט הונדערט פראצענט זיכער אז עפעס וועט געשעהן, טראכט אריין וואס דו מיינסט וועט זיין די מניעה, און זעה אוועק צו נעמען דער מניעה. דאס וועט נישט מאכן אז דו זאלסט זיין א בעל בטחון אבער עס וועט יא מאכן אז דו זאלסט באקומען דיין מבוקש.

טיילן דעות בנוגע בטחון

א איד רעדט זיך אויס דאס הארץ אז די פרנסה גייט אים שווער, ער מיינט אז ער דארף אפשר ארבייטן מער שעות. די צדיק ענטפערט אים "דו דארפסט נישט ארבייטן מער שעות, דו דארפסט האבן מער בטחון". דער איד גייט ארויס מיט א קלארע פסק אז ער דארף נישט ארבייטן מער, די באשעפער וועט שוין העלפן. למעשה, איז אריבער א וואך/חודש/יאר און אלעס איז די זעלבע. פארוואס? ווייל בטחון איז נישט א זאך וואס מען קען אנצינדן מיט א סוויטש. אדער האט מען עס אדער נישט. מען קען יענעם זאגן צו ארבייטן אויף בטחון אבער דערווייל ווילאנג ער שפירט זיך נישט פארזיכערט דארף ער צולייגן מער שעות, ווייל נאר אזוי וועט ער זיך יעצט פילן פארזיכערט.

נאך מער, א געוויסע פראצענט פון בטחון איז געוואנדן אין די נאטור פון די מענטש מיט וואס ער ווערט געבוירן דערמיט. והא ראי' מענטשן וואס זענען בטבע מער גאליבעל, זענען גרעסערע בעלי בטחון, משא"כ מענטשן וואס זענען בטבע טראכטער, דו"ק ותשכח.

מבחן צו זעהן וואו מען האלט מיט בטחון

ווי אזוי קען מען וויסן אויב מען האט די ריכטיגע בטחון אדער עס איז בלויז אן איינרעדעניש וואס מען זאגט זיך צו מאכן פילן בעסער? די מבחן איז פשוט. אויב געשעהט די זאך וואס מען האט געוואלט און זיך פארלאזט אז עס וועט געשעהן, איז א סימן אז ער האט געהאט די ריכטיגע בטחון, אויב נישט איז א סימן אז מען האט נאך אויף וואס צו ארבייטען. אזוי שטייט אין שער הבטחון.

וויפיל השתדלות

וויפיל השתדלות דארף מען מאכן? איך האב געזעהן עטליכע היינטיגע מחברים וואס פרובירן צו ברענגען ראיות פון מאמרי חז"ל וויפיל אדער ווי ווייניג השתדלות מען דארף מאכן. זיי ברענגען ראיות פון תנאים, אמוראים, ראשונים און צדיקי דורות האחרונים. די אמת'ע תשובה איז אז א יעדע מענטש דארף מאכן השתדלות געוואנדן אויף זיין מדריגה אין בטחון. געוויסע מענטשן וועלן מוזן ארבייטן אכציג שעה א וואך אין די היצן און קעלט און דאס הייסט השתדלות פאר זיי, און ביי געוויסע מענטשן איז די בטחון זעלבסט גענוג השתדלות. נאך אמאל, ס'נישט שייך צו זאגן ביי דעם א געמאסטענע שיעור פאר א כלל פון מענטשן.
[/justify]


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בקיצור דא ווערט ארויסגעברענגט אז מען ברויך טוהן השתדלות לויט וויפיל בטחון מען האט.

ולעניות או לעשירות דעתי נראה, אז מען דארף טוהן אזויפיל השתדלות לויט וואס מען וויל האבען, למשל איינער וואס וויל א קאר א לעקסאס דארף ארבעטען מער שעות צו קענען דעקען א לעקסאס, איינער וואס וויל קויפען א הויז אין די געגענט דארף ארבעטען מער שעות.

ווידער איינער וואס דארף גארנישט, ער דארף גארנישט ארבעטען....


אבער איינער וואס דארף אלעס און מאכט חשבונות אז ער דארף נישט ארבעטען ווייל ער האט בטחון איז א שוטה..

בטחון מיינט אז אפילו נאכ'ן ארבעטען האט מען בטחון אז דער אויבערשטער וועט עס געבען...
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

הוגה האסט צוגעברענגט זייער א וויכטיגע נקודה. בשעתו ווען דו האסט עס געשריבן האב זייער שטארק הנאה געהאט פון די געדאנק.
די נקודה וואס מיר רעדן דא איז אביסל אויף די זייט פון דעם. דהיינו מיר דארפן טרעפן די קו ווי מבחין צו זיין ווען די סיבה פון מיעוט ההשתדלות איז משום גודל דרגת הבטחון וואס דער מענטש האט, דער משום גודל מידת העצלות שיש בו.

דאס מבחין צו זיין אז אביסל שווער.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אבער מיר דארפען דאך אויך טרעפען די קוו המבחין בין גודל מדת היראה לקיים חיוב השתדלות ולשלול העצלות הגרוע, לבין גודל אהבת כסף וזהב
פארשפארט