בלאט 1 פון 1
דער מענטשליכער שטימונג / יאוש
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 8:40 pm
דורך רויטע וואנצעס
פארלאשן, צושאסן,
פארלוירן, צובראכן,
טינקל שווארץ,
יאוש אין הארץ.
אנפאנג פון די ענדע,
טויט די אגענדע,
טריקן און ביטער,
שרעק און ציטער.
געטינקן אין שווייס,
אין טרערן הייס,
פארמאכט און קאלט,
דער סוף, געוואלד!
חושים פארטעמט,
די זעהל פארקלעמט,
ליידיג און לעהר,
מער קיין טרער.
פארטריקנט אין פיין,
טויט ווי א שטיין,
האפענונג די פיינט,
יאוש די פריינט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:37 pm
דורך לית דין בר נש
געלויבט דער פון אויבן, איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס די האסט דא געשריבן
די אויבערשטער זאל העלפן אז אין תשע"ה זאל קיין איין איד נישט וויסן פון די אלע זאכן!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:15 pm
דורך כוכב
לוסט און לעבן
האפענונג און שטרעבן
אייפער און מוט
דער עמל איז גוט
חשק און חיבה
לוסטיג און ליבע
פריש און מונטער
א שמייכל קומט אונטער
רייזן און שפייזן
ראמען און גלייזן
פרייד און גליק
א קיצל א פליק
קיין בילן
בלויז גוטער ווילן
דעם נאג שטילן
פיילן צילן
היץ קילן
פונקט קאפויער
א פאפירענער מויער
ברנה יקצורו
עורי עורי.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:03 pm
דורך יאיר
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
חושים פארטעמט,
די זעהל פארקלעמט,
ליידיג און לעהר,
מער קיין טרער.
פארטריקנט אין פיין,
טויט ווי א שטיין,
האפענונג די פיינט,
יאוש די פריינט.
גאוניש!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:43 pm
דורך כוכב
'אנפאנג פון די ענדע' איז די שטערקסטע ליניע, דהיינו, אז אפילו דער נייער זון אויפשיין איז אויך בעצם סך הכל א שקיעה.
צווייטער ארט גייט פאר 'טויט די אגענדע' , אז אפילו דער ווילן און אינטערעסע פירט אויך צום טויט.
שפתיים קישאק.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
יאוש איז ערגער ווי דער מלאך המות. דער מלאך המות הארגעט בזמנו, יאוש הארגעט אבער פאר די צייט, מיט א לאנגע פיינפולע מיתה משונה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:39 pm
דורך יאיר
נו, וואס איז די עצה?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 11:46 pm
דורך מאטי
יאיר האט געשריבן:נו, וואס איז די עצה?
זעלבסט-מארד
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 10:15 am
דורך רויטע וואנצעס
יאיר האט געשריבן:נו, וואס איז די עצה?
דער מענטשענס גאנצע לעבן עקספירענס איז אין זיין מחשבה. די סדר איז אז ווען א מענטש האט א פראבלעם מיט זיך, לויפט ער ארום זוכן דרויסענדיגע כוחות אים צוהעלפן, דאס העלפט אבער געווענדליך נישט, ווייל זיין פראבלעם איז ביי "זיך" אין די מחשבה און נאר ער אליינס קען פון דעם ארויסקריכן. דאס געבט צו פארשטיין פארוואס מענטשן קענען גיין פאר טעראפי פאר יארן אן קיינע רעזולטאטן, אדער מינימאלע, וואס האלט זיך נישט. די זעלבע איז מיט מענטשן וואס גייען אויף דייעט, זיי מיינען מ'דארף אזוי טוען אדער גיין צו יענעם, ס'איז באלאני, ווייל די ענטפער ליגט טיף אין זיך.
ס'איז אביסל שווער אנצוכאפן די "למעשה" ווען מ'רעדט פון מחשבה, אבער אין די קעיס פון יאוש דארף א מענטש באופן כללי זיך אליינס געבן טעראפי דורכ'ן טראכטן פאזעטיוו איבער זיך און איבער די וועלט. ס'איז טאקע אמת אז יאוש/דעפרעשין קען זיין קליניקל, אבער אז מ'מאכט אפ יעדן טאג צו טראכטן פאזעטיוו פאר א שטיק צייט און מ'שרייבט עס אויף פאפיר וועט די מחשבה צוביסלעך טרענירט ווערן צו זעהן און טראכטן פאזעטיוו.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:23 pm
דורך יאיר
גוט געשריבן, דער פראבלעם מיט די סארט עצות איז אבער אז עס אדרעסירט נישט דעם פראבלעם, נאר א וועג ווי אזוי מען וואלט עס געקענט פארמיידן. ווען א מענטש איז שוין אין יאוש העלפט גאנץ ווייניג אזעלכע עצות ווי "טראכט גוט וועט זיין גוט."
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:00 pm
דורך רויטע וואנצעס
גאר ווייניג מענטשען וואס ליידן פון יאוש און דעפרעשין ליגן אין דעם רציפות. דיפרעשין איז ווי כוואליעס וואס קומט און גייט. א קראנעקלי דיפרעסט מענטש ביסטו גערעכט דארף ערענסטע דרויסענדיגע מעדיקאל קעיר אז ער זאל נישט טוען מאטי'ס
עצה, אבער אלגעמיינע מענטשען, וואס האבן ברעיקס אין זייער דיפרעשאן, קענען טוען די אייגענע סארט טעראפי
בין גברא לגברא.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:57 pm
דורך zurich
רויטע וואנצעס, ס' דא עפעס א טערעפי וואס דו האלסט יא פון? אדער נאר סעלף העלפ איז אינטערסאנט!
און וואס איז מיט די אלע מינע קורסעס ווי להשיג און פראדאקטיוו, וואס זאגסטו דערצו?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען א מענטש האט א נפשיות'דיגע פראבלעם, וואס איז נישט ביי אים אויף א קראניקעל לעוועל, קען מען זיך אליינס העלפן במחשבה. יעצט, אוודאי קען מען גיין צו איינעם אז יענער זאל אנווייזן און מסביר זיין אט די נקודה, ווי איך טו יעצט בשעת'ן שרייבן. אבער די איידיע אז "יענער" גייט דיך פיקסן, ד"ה מ'גייט זיך אויף יענעם אנלאנען, און יענער וועט באווייזן וואונדער, איז אבסורד.
אפילו היינטיגע פיסכאלגן און טערעפיסטן פארשטייען דאס זייער גוט. איינער פון די גרעסטע מעטדן היינט אין פיסכעלאגיע איז די " 12 steps". די גאנצע איידיע דערפון איז סעלף העלפ. ס'אויך דא א קלענערע פיסכעלאגישע באוועגוגנג וואס איז שוין מער ספיריטעל וואס רופט זיך The three principles, די צווייטע מהלך פון סעלף העלפ האלט איך איז אסאך שטערקער און פאנדעמענטל ווי די ערשטע, אבער עס האט נישט אזוי מצליח געווען צוליב וואס עס האט רעליגיעזע נייגוגען.
יעצט בנוגע להשיג ודומיהם ווייסעך נישט וואס מ'לערענט דארט. אויב איז עס ביזנעס סקילס וכדומה איז דאך גוט, אבער אויב וויל מען יענעם טוישן איז עס נאריש, נאכדערצו ווען ס'איז א פאבליק קורס און נישט אויסגעשטעלט פאר יעדע יחיד מיט זיין נאטור. איך ביך כמעט זיכער אז אסאך פון די מענטשן וואס גייען צו די זאכן, זענען פיינע אבער פוילע מענטשן, און מ'זוכט נאר נאך א נארישע שטעקן זיך אנצולאנען.
אין הדבר תולי אלא בי!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 10:50 pm
דורך הקטן
אויב ריפסטו "סעלף העלפ" א זאך וואס איז נישט געמאכט געווארן לכתחילה דארך פראפעשענאלס איז די 12 סטעפס זייער א גיטער משל
אויב אבער מיינסטו מיט "סעלף העלפ" מיט זיך און נישט צוקימען צו א צווייטער איז די 12 סטעפס דווקא דאס פארקערטע דערפין
די 12 סטעפס איז אוועק געשטעלט זייער שטארק אויף דעם כח פין דעם group און אויף ספאנסערס.
אויב איז עפעס ספיריטעל איז דאס די 12 סטעפס וואס איז געמאכט געווארן דארך קריסטן (Bill W) אין האט מער וואו א רעליגיעזע נייגוגען
דו The three principles האט נישט אין זיך קיין רעליגיעזע נייגוגען איינע פין די הויפט קנאקערס איז אן איינפאכע כופר