בלאט 1 פון 1

א חידוש - דער סוכות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:39 pm
דורך ישובניק
דער סוכות איז נאענט - און דאס איז א חידוש: "דער" בלשון רבים, וואס איז אלעמאל "די".
א יום-טוב איז אלעמאל "דער" (און "דעם" דארט וואו פון "דער" ווערט געווענליך "דעם"), אויך ווען עס האט די געווענליכע סימנים פון ל' נקבה - צ.ב.ש. "חנוכה" (ענדיגט זיך מיט א שוו"א-קלאנג, וואס איז געווענליך ל' נקבה), און אזוי אויך ווען עס איז א ל' רבים.
דעריבער זאגט מען אויך: דער סוכות שטייט נאענט.
די סוכות שטייען שוין, פארשטייט זיך.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:48 pm
דורך אפטעמיסט
די ריכטיגע ווארט איז "סוכת" — א לשון יחיד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:13 pm
דורך ישובניק
נניח. און שבועות?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:49 pm
דורך אפטעמיסט
"שבועות" איז טאקע א לשון רבים, אבער "חג השבועות" נישט. ווען מען באציט זיך צום יום טוב שבועות איז ווי מ'זאל זאגן "חג השבועות" אפי' מען זאגט בלויז "שבועות" — קומט אויס אז דאס איז אויך א לשון יחיד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:56 pm
דורך נהורא נפישא
אפטעמיסט האט געשריבן:די ריכטיגע ווארט איז "סוכת" — א לשון יחיד.

נישט ריכטיג, ווייל סוכת איז א לשון דבוק, מ'קען נישט זאגן חג הסוכת, נאר חג הסוכות, סוכות דעלמא.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:07 pm
דורך אפטעמיסט
זאגסט עפעס.

אבער וואס איז מיט דעם וואס כ'האב געשריבן אז דער יום טוב האט באקומען א נאמען "סוכות" צי "שבועות" — און ס'ווערט געניצט - און ס'איז געווארן א לשון יחיד, הגם וואס דער משמעות איז בעצם א לשון רבים?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 7:58 pm
דורך נהורא נפישא
הויפטזעכטליך ווערט דער נאמען גערופן סוכות אויף אידיש, איך גלויב נישט אז ביז צו די מיטלאלטער עפאכע וועסט געפונען רופן דעם יום טוב, אלס סוכות, נאר ליבערשט חג הסוכות, וואס דאן איז סוכות ווייטער א לשון רבים, נאר באצוט זיך אויף חג וואס איז א לשון יחיד, גענוי ווי מצות איז א לשון רבים אפילו פסח ווערט גערופן חג המצות, גראדע אין תלמודישע מקורות ווערן די שלש רגלים גערופן פסח, עצרת , חג, אין די מיטלאלטער עפאכע אז דו וועסט געפונען דעם נאמען ווי אין טור שו"ע, רמ"א,תרומת הדשן, מהרי"ל, וכדומה, וואס דרך אגב האט מען נישט מקפיד געווען אויף קיין דקדוק ול' צחה וועט דאס זיין פארשטייט זיך א לשון יחיד אלס א נאמען פארן יו"ט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:32 pm
דורך ישובניק
אפטעמיסט האט געשריבן:"שבועות" איז טאקע א לשון רבים, אבער "חג השבועות" נישט. ווען מען באציט זיך צום יום טוב שבועות איז ווי מ'זאל זאגן "חג השבועות" אפי' מען זאגט בלויז "שבועות" — קומט אויס אז דאס איז אויך א לשון יחיד.


ריכטיג. דאס זעלבע מיט סוכות.
אבער נישט דווקא צוליב "חג" פון פסוק, נאר אויך אויב אינעם משמעות ליגט "יום טוב".

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:36 pm
דורך ישובניק
נהורא נפישא האט געשריבן:
אפטעמיסט האט געשריבן:די ריכטיגע ווארט איז "סוכת" — א לשון יחיד.

נישט ריכטיג, ווייל סוכת איז א לשון דבוק, מ'קען נישט זאגן חג הסוכת, נאר חג הסוכות, סוכות דעלמא.


דאס וואלט געווען אויב אויך דער קרי איז סוכת, און מיט א פתח (און סיי ווי וואלט עס דעמאלט געווען "די", נישט "דער").
נאר אפילו אויב דער פעלנדיגער ו' אין כתיב (וואס די גמרא דרש'נט עס טאקע אלס יחיד לגבי דפנות הסוכה) זאל עס מאכן פאר א יחיד (למעשה אוודאי נישט, ווייל אין קרי איז עס נאך אלץ סוכות), וואלט עס נישט פארענטפערט "שבועות".
אבער דער אמת איז אז ס'באציט זיך אויפ'ן טאג, אויפ'ן יו"ט. והיינו טעמא דחנוכה - וואס ס'איז א "דער", כאטש חנוכה איז ל' נקבה. און דאס איז גראדע א חידוש.