בלאט 1 פון 1
lifeleadership
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:40 pm
דורך מבקר
איך הער שוין פון דעם ביי וואכנאכט'ס ביי שלום זכר'ס אין גראסערי און אין ביהמ"ד, אבער איך האב נישט ארויס די גאנצע ענין, וואס איז דאס life leadership ? וואס איז זייער ציל? האבן זיי טאגע גוטע זאכן אויסצולערנען דעם עולם? איז דער עולם דערוועגן? קען מען מאכן געלט דארך זיי?
ביטע אויב איינער ווייסט עפעס דערוועגן זאל ער זיך לאזן הערן, יישר כח.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:19 am
דורך Chuchem
Multi level marketing + Ponzi = loss
remember if the product isn't real stay away. in this case they are selling you info, that most people don't need, so there is no product!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 10:37 am
דורך Chuchem
You can also take a look here
http://www.bbb.org/detroit/Business-Rev ... complaintsto view some of the complaints.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:06 am
דורך מבקר
6 complaints אין דריי יאר קוקט מיר אויס גאר צו זיין זייער א גוטע סימן!!!!!!!! ווייל פון טויזענטע מענטשען נאר 6 זאלן קאמפלעינען איז נאך א גוטע רעי"ט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:30 am
דורך לית דין בר נש
סארי איך האב נישט גיהערט פון דעם ביי וואכנאכטס שלום זכר גראסערי וכו' קען איינער ערשט זאגן וואס דאס איז בכלל און נאכדעם אריין גיין צו עס איז גוט צו נישט?
יישר כח למפרע
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:48 am
דורך berlbalaguleh
מבקר האט געשריבן:6 complaints אין דריי יאר קוקט מיר אויס גאר צו זיין זייער א גוטע סימן!!!!!!!! ווייל פון טויזענטע מענטשען נאר 6 זאלן קאמפלעינען איז נאך א גוטע רעי"ט
ר' מבקר: איך האב א פארשלאג וואו איהר וועט אי"ה קענען צו קומען צו עשירות עד סוף כל הדורות. נאכמער פון ראטשילד.
ס'איז פאראן א בריק זייער א שיינע. (לכה"פ געוועין אמאל). ס'פארבינדט ברוקלין מיט מאנהעטן. אינטער דעים איז דא א טייך, וואו מ'קען צו פיהרן טויזנטער באסעס און פרייוועט קארס פול מיט אידן וועלכע קומען צו תשליך. א יעדע קאר וועט צאלן די נישטיגע סומע פון $35.00 דאלער. באסעס וועלן צאלן עפעס מער. בערך $120.00 דאלער. די געיטס וועלן זיין אפן פון צום גדלי'ה ביז נאך מוצאי יום כיפור (פאר די וועלכע פארשפעיטיגן אדער האבן פארגעסן צו גיין תשליך בעתו ובזמנו.) . און נאך סוכות קענמען פארדינגען דאס פלאץ פאר סאטמאר (ביידע) וואו זיי וועלן קענען אויפשטעלן גרויסע שאטער'ס (כלשונם הק'). לכבוד דעם גרויסן יום טוב פון כלל ישראל, כ"א כסליו. און פאר פסח 'עט מען קענען דארט פראווען שריפת חמץ אומגעשטערט, דורך די אנטיסעמיטישע שונאי ישראל פון סאניטעישן און פייער דעפארטמענטס. אה. און פאר פאפא (ביידע) וועט אויכעט זיין פלאץ אויפצושטעלן שאטער'ס, די זעלבע קאליר וואס סאטמאר. אין פאפא'ער שאטער'ס וועט די רבי'ס שליט"א אליינס טיילן שיריים פון קאקאש קעיק און דזשינדזשער עיל. טשערי סאודע אויך.
דאס אלעס איז אינטן ביים בארטן. יעצט 'עמיר רעדן פון אויבן. אויפ'ן בריק אליינס, וואו טויזנטער קארס אנגעפילט מיט אידן און להבדיל, גויים, פארן אדורך טעיגליך, וועט זיין טאללס אין ביידע דירעקשאנ'ס. פאר די שפאט-ביליגע סומע פון $20.00 דאלער פאר א קאר. און $50.00 דאלער און העכער פאר טראקס און באסעס.
דאס אלץ פאר די נישטיגע סומע פון $175,350.22 הינדערט פינעף און זיבעציג מיליאן, דריי הינדערט און פופציג טויזנט דאלער און צוויי און צוואנציג סענט. איר מוזט נישט אויסצאלן דעם גאנצן סכום מיט איין מאל. איך נעם א קליינעם דעפאזיט פון $18,000,000.00דאלער. כמנין ח"י). די איבעריגע קענט איר געיבן אויף פעימענטס. איר קענט מיך טרעפן (כמעט) א יעדן טאג אין ביהמ"ד שומרי שבת, ביי די קאווע און קעיק. אין קליינעם פאליש'ל. איר זאלט זיך נאר נאכפרעיגן אויף בערל בעל עגלה. יעדער קענמיך דארט...
נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:56 am
דורך berlbalaguleh