בלאט 1 פון 1

איבערבעטן:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:52 am
דורך קאך_לעפל
די משנה זאגט אין יומא: עבירות שבין אדם למקום, יום הכיפורים מכפר; שבינו לבין חברו אין יום הכיפורים מכפר, עד שירצה את חברו.

דער אייבישטער האט באשעפען דעם מענטש מיט פארשידענארטיגע נאטורן, איינער איז מער א גערעגטער, איינער איז מער א רואיגער, איינער איז מער סענסעטיוו, דער צווייטער איז ווייניגער סענסעטיוו אד''ג.

דעריבער איז כמעט נישט מעגליך אז מען זאל נישט וויי טאן אדער טשעפענען א צווייטען, אדער ווערן געטשעפעט פון א צווייטען, עס מאכט זיך ביי יעדן.

ווען עס קומט יום הקדוש בעט מען מען זיך איבער, און הכל על מקומו יבוא בשלום, און יום הכיפור איז מכפר.

עס איז אבער פארהאנען אמאל א מענטש וואס איז בטבע א רע לב, א איש רוע מעללים, און ער האט א סיפוק צו טרייבערן און פייניגען אנדערע מענטשען, ער באקומט ארגעזעם ווען ער זעט ווי ער האט איינעם גוט צוגעפיקסט, זיין גרעסטע נחת רוח אויף דעם עולם איז, ווען ער כאפט איינעם מיט א אפענעם זופער, און ער קען עס גוט אריינקנעטען אין אים. ער לעבט אויף רשעות און שלעכט'ס, טרערן פון א צווייטען ברענגט אים ארויס א שמייכל.

עס קומט יום הקדוש אויף די נאכט, מען זיצט אין שוהל אנגעטאן מיטן ווייסן קיטעל, איינגעהילט מיטן טלית, מיט א באקס טישו'ס, און מען זאגט מיט טרערן דעם תפילת זכה פונעם חיי אדם, דאס הארץ איז פול מיט חרטה און צובראכענקייט, דאס גאנץ יאר שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און מען האט באמת חרטה אויף די זינד, און מען איז זיך מקבל אז דעם נייען יאר גייט מען זיך פירען בדרך הישר, די פחד פון דעם הייליגן טאג שפירט זיך אין אלע ווינקלען פון בית מדרש, דער בית מדרש איז פול מיט נשמות פון די מתפללים וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, והחי יתן אל לבו... ממש א פחד...

מיטאמאל שפירט מען א קלאפ אויף די פלייצע, מען דעקט זיך אויף די טלית, מען ווישט זיך אפ די אויגן, און.... והנה, דער בחור איז דא.... דער שלעכטער גרויליגער באשעפעניש אנטפלעקט זיך במלוא הדרו, און ער שטרעקט אויס זיין האנד מיט א צינישען שמייכעל, און פרעגט..... מוחל??????

וואס דארף זיין דאן די רעאקציע? וואס דארף מען טוהן? זאגן מוחל ווען מען האלט באמת נישט דערביי? אדער אים אראפלאזן א זאפטיגס אז ער זאל זיך מצרף זיין מיט די פארשטארבענע נשמות וואס געפונען זיך אצינד אין בית מדרש?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:07 pm
דורך יין שרף
קלאר אז מ׳דארף אזא איינעם נישט מוחל זיין!
ווען יעדער וואלט אים אפען געזאגט א גרויסן ניין! וואלט ער מן הסתם געכאפט אין וואס פאר א מצב ער איז....
אבער אונז חמרים בני רחמנים וועלן אלע זאגן א שיינעם יא... וביתר וועט עם איינער צולייגן און זאגען ״נאר אויב דו וועסט מיר מער נישט טשעפן״ ממילא גולם כמנהגו נוהג...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 12:00 am
דורך שמעקעדיג
מוחל??? הייסט נישט איבערגעבעטן. עס דארף זיין חרטה, עזיבת החטא, און קבלה על העתיד..

לעפל, א עקסטרע לייק פארן לעצטן שורה... כ'האב אויסגעשאסן...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 7:19 am
דורך איך אויך
גמר חתימה טובה וצום קל לכולם. אני מבקש סליחה ממי שפגעתי בו נא יאמר בפה מלא סלחתי.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:14 am
דורך ראש הישיבה
היינט איז איינער א שחצן וואס האט געטוהן עוולות צו מיר ביהיינד מיין בעק. ער שפילט מיר גוטע חבר. קומט ער צו אז איך זאל אים מוחל זיין. און איך האב אים געענטפערט יא. אבער למעשה האב איך געטראכט ווען ער איז אוועק אז איך בין אים נישט מוחל. ער גייט ווייטער טוהן וואס ער טוהט, סאו פארוואס זאל איך אים מוחל זיין. איך בין מוחל אויב איך ווייס אז ער איז מכיר אז ער האט מיר בעוולט און ער גייט ארבעטן אויף זיך נישט צו טוהן מער אזעלעכע עוולות נישט צו מיר און נישט צו א צווייטן.




אבער.............. אויב אזוי בין איך אויף צרות. ווייל קען איך דען זאגן אז איך האלט ביי ' עד שיעיד עליו תעלומות לב שלא יחזור לכסלה עוד'?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:20 am
דורך שטילע אינגערמאן
נו, אז מרעדט וועגען מחילה וויל איך איבער בעטען אלע ניקס טאמער כ'האב איינער ח''ו אמאל אריין געזאגט וגו'
פראם דע באטעם אוו מיי הארט, איי ריגרעט,
זייטס מיך מוחל, אין א גמר חתימה טובה

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:33 am
דורך diff
איך אויך האט געשריבן:גמר חתימה טובה וצום קל לכולם. אני מבקש סליחה ממי שפגעתי בו נא יאמר בפה מלא סלחתי.

גם אני מבקש, וגם בשם כל הקהל הקדוש

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:29 am
דורך יין שרף
ווען אזא איינער קומט מיר פרעגן אויב איך בין אים מוחל. פרעג איך אים מיט א בלעכענעם פנים ״האסט מיר דען עפעס געטוהן צו געזאגט שלעכט אז דו זאלט מיר בעטען מחילה? כווייס נישט וואס דו ווילסט״....

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:42 am
דורך אויליגער
פאר די אלע וואס איך האב ווייגעטוהן בעט איך מחילה ווייל איך בין זיכער כהאב עס נישט געוהן בכוונה תחילה נאר סאיז אריין אין מיר א רוח שטות און איך האף אז עס וועט מער נישט פאסירן

אין צו די אלע וואס האבן מיר וויי געטוהן שריי איך אויס: מחול לך מחול לך מחול לך[/colo[/size]

א גמר חתימה טובה לכולם