בלאט 1 פון 1

'אונטערן' קוליסן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:15 pm
דורך כוכב
די 'אונטערן' פלעי און דער עקסטאז וואס נעמט איר ארום גייט שוין היינט סינאנים מיט די קורצע איינגעמאכטע הויזן און הויזן טראגער פון אחינו שבגולם אין אייוועלט, אבער וואס איך וויל בארירן איז די געלונגענע מארקעטינג און ברענדינג פון די אנפירער, וואס האבן באוויזן צו מחי' מתים זיין און פריש אויפלעבן א געשטארבענע אינדוסטריע, און נאך ארויסנעמען פראפיטן דערפון.

די גאנצע איידיע פון מאכן אידישע פלעיס איז געווען אן אונטערגעברענגטע מארקעט צוליב פארשידענע סיבות, אין טייל צוליב אכשר דרא וואס האט דראסטיש איינגעשרינקט דעם קליענטעל דערפאר, ווי אויך די לייכטע צוטריט צו אלגעמיינע ענטערטעינמענט וואס זענען פיל אינטערעסאנטער, און האט געמאכט די לאנגווייליגע שפילן ווערדלאז און אומאינטערסירנד.

ווער געדענקט דען נישט די אמאליגע שפילן, א סליחות נאכט פון קיעב, דאס לעצטע געדאנק, וכו' וואס זענען מיינסטענס געווען די פראדוקציע פון שלמה פערל און אהרן פרענקל, שפילן וועלכע האבן אריינגעצויגן אין גרויסע קאסטן און האבן עווענטועל געמוזט אויפגעלעזט ווערן נישט קענענדיג מער ארויסנעמען א פראפיט דערפון.
דאס לעצטע פון די סעריע שפילן איז געווען 'דאס זיידענע העמדל' וואס איז געקומען מיט א סעלעבראטארישע טוויסט, נעמליך צו שטעלן ליפא שמעלצער אלס יוסף. דאס איז שוין געווען די שטערקסטע וואפן אין זייערע זאפאסן אין צוגאב אז סאיז געווען אן איבער שפיל פון יוסף שפיל וואס איז די שטערקסטע סקריפט און ציעט אלעמאל א גרעסערע אינטערעסע, אבער האט אויך נישט באוויזן צו פארמיידן דעם סתימת הגולל פון די שפילן עפאכע.

ווידעראום די אונטערן חבריא האבן רידאפינירט דעם געשטעל פון א שפיל צילענדיג הויפטזעכליך קינדער, וואס זענען א לייכטערע מארקעט און ביליגער און לייכטער צופרידנצושטעלן.
סוקסעספול האבן זיי אויפגעבויעט א ברענד אונטער דער טעמע 'אונטערן' בויענדיג שטייטלעך א נאכפאלגערשאפט.
היי יאר קומט אריין די נייעס אז אלע טיקעטס פון די דריי שפילן זענען שוין אויספארקויפט וואס דערמאנט מיך פון כינוס כלל ישראל. וואלטן זיי געהאט יענע קעש רעזערווארן וואלטן זיי געקענט יעצט אפדינגען דעם ארטור-אש.

איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן נאראטיוו, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט, און כיתה ו' איז געווען דאס לעצטע מאל כהאב אנטייל גענומען ביי א שפיל וועלכער איז שפעטער געווען די פארזעצונג געשיכטע אין 'עונג שבת'.

פון וואס איך האב יא הנאה איז פון קאמעדיע און כוואלט אפילו געצאלט פאר א טיקעט און ארויסשפאצירט באלד נאך די לצנות, וואס קען מען אבער טון אז ביי אונז אין מילקשייק איז נישט איינגעפירט צו גיין אין אזעלכע פלעצער נאר ליבערשט אפזיצן אויף נעטפליקס א גאנצן חוה'מ.

כבין נישט אזוי באהאוונט מיט דעם תוכן פון די 'אונטערן' שפילן, איין קאמעדיע סצענע האב איך געזען, פונעם אונטערן שריפט מיין איך, א סצענע אויף אן עראפלאן וואו הערשקאוויטש, פעלדמאן, און הויפטזעכליך דער מייסטער קאמעדיען יעקב יוסף לאנגזאם, לייגן אראפ א מעגא ארבעט זיך צו רייסן פאר געלעכטער, וואס דאס אליין איז ווערד די ענטוזיאזם 'אונטערן' שלעפט מיט זיך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:33 pm
דורך כוכב
אויפגעוועקט שלא ישאר הנייר חלק ולכבוד די נאכט פויגלען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 8:51 pm
דורך אפטעמיסט
ביסט גוטע נייעס, כוכב. שרייבסט דאך באלד בעסער ווי מיר!

לגבי דעם וואס דו שרייבסט:
כוכב האט געשריבן:איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן כאראקטער, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט


"שפילן" איז נישט קיין חסיד'ישער אויסטרעף. וויפיל הונדערטע בראדוועי שאוס איז דא פון דעם סארט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:16 pm
דורך שמערל
אפטעמיסט האט געשריבן:ביסט גוטע נייעס, כוכב. שרייבסט דאך באלד בעסער ווי מיר!

לגבי דעם וואס דו שרייבסט:
כוכב האט געשריבן:איך פערזענליך גלייך נישט קיין שפילן, כקען נישט כאפן ווער ס'איז אויפגעקומען מיט דעם לאנגווייליגן סטרוקטור פון פירן א דיאלאג מיט א מאדנעם אומנאטירליכן כאראקטערלאזן כאראקטער, אן קיין שום געזאנג, טענץ אדער קונסט


"שפילן" איז נישט קיין חסיד'ישער אויסטרעף. וויפיל הונדערטע בראדוועי שאוס איז דא פון דעם סארט?


קיין איין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:20 pm
דורך אפטעמיסט
ביי וויפיל בראדוועי שאוס ביסטו געוועהן אז דו זאגסט מיט אזא זיכערקייט?

אויך, כ'האב אין מיין לעבן נישט געזעהן קיין "אונטערן" שפיל, אבער פון אלס קינד געדענק איך אז ס'דא היפש אביסל געזאנג און טענץ אין די היימישע שפילן.
דאכצעך אפילו, אז ביי דער "זיידענע העמדל", זענען געוועהן פראפעסיאנאלע נישט-אידישע טאנצערס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:24 pm
דורך כוכב
טענץ מיינט נישט א קארני קידטאשקע.
די פרויען שפילן זענען פיל בעסער מיט שיינע טאנצערייען וכו'.
# ניין ניין ניין ניייין מיר וועלין דיר הארגעענען, ניינינינייניניי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 9:35 pm
דורך שמערל
אפטעמיסט האט געשריבן:ביי וויפיל בראדוועי שאוס ביסטו געוועהן אז דו זאגסט מיט אזא זיכערקייט?


כהאב געזען THE FIDDLER ON THE ROOF, און עס אנטהאלט מער ארט ווי אלע אמאליגע אידישע פלעיס צוזאמען, הגם ווי שוין אנגעמערקט פלעגן די אמאליגע פלעיס יא אנטהאלטן מער תוכן ווי למשל על נהרות בבל אא"וו, וויבאלד עס פלעגט זיין געצילט פאר א עלטערער אדיענץ.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 11:54 pm
דורך petergrifin
בײקומען אין װאטסעפפ (רח״ל) אינטערן דאכענע..חחחח

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:26 am
דורך zurich
אפילו און קאווע שטיבל איז שוין דא א "אונטערן" אשכול ;)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 2:14 pm
דורך [NAMELESS]
zurich האט געשריבן:אפילו און קאווע שטיבל איז שוין דא א "אונטערן" אשכול ;)

"הינטערן", נישט "אונטערן".
ס'איז דא א דאלער ליגן "אונטער" מיין קאר וואס איז פארקירט "הינטער" דיין וואנט. (דריי דיך נישט אויס יעצט קוקען)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:01 pm
דורך יידל
אקעי, דאס פינטעלע איד האט זיך אין מיר צופלאקערט ווי פאלגנד:

דער שפיל קומט פאר אין טילעס צענטער. א קורצע גוגל זוך פארציילט מיר אז טילעס צענטער פארמאגט 2,242 זיצן. לאמיר זאגן אז זיי פארקויפן נאר 1,800 זיצן (ווייל איך, מיין ברודער, און מיין ברודער'ס נעפיו באקומען דאך א טיקעט בחנם ווייל מיין עלטער פעטער איז א שוואגער'ס א קינד פון דעם פראדוסער'ס געוועזענער באס. עפעס אזוי). דער ביליגסטער טיקעט איז 35 דאלער. ס'דא טייערע טיקעטס אויך און ס'דא די בייטאג שפיל ווי דער ביליגסטער טיקעט איז בלויז 30. לאמיר שטעלן א בערך'דיגן דורכשניט ביי 40$. דריי מאל 1,800 איז 5,400. 5,400 טיימס 40 איז $216,000 ריוח. יעצט דארף מען נאר אראפרעכענען די געלט וויפיל ס'קאסט ארויסצודינגן דעם זאל און באצאלן די אקטיארן, שפילערס, קאסטומס, ספעשל עפעקטס, סוכה-בויער, ווידעא אפכאפער, און וואס נישט, און מען דארף נאר צוררעכענען די איינקונפט פון די דיווידיס וועלכע ווערן פארקויפט פאר נישקשה'דיגע פארדינסטן, און ס'זעט מיר אויס ווי א שיינע פאר אידן מאכן א שיינע פאר טאלער. לחיים!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:15 pm
דורך יתרו
דערמאננסט מיר פון זשעקי מעיסאן ער זאגט ווען א איד קומט אריין און א רעסטעראנאט די ערשטע זאך וואס ער טוט איז ער הייבט אן צו רוקן טישן און בענק, ער קען נישט זיין צו ווייט פונעם פענסטער, ער קען נישט זיין צו נאנט צום פענסטער, נישט זיין צו נאנט צו די בית כסא, נישט צו ווייט פונעם בית כסא, די טיש טאר נישט זיין צו גרויס און אויך נישט צו קליין וכו'. ווען ער ענדיגט איבערדרייען די רעסטאראנט, קוקט ער זיך אום וויפיל מענטשן עס זענען דא, ער מאכט א חשבון וויפיל יעדער צאלט פאר זיין פארציע, טיימס דריי מאל א טאג, טיימס זיבן מאל א וואך, טיימס פופציג מאל א יאר, ביז א פאר מינוט איז שוין יענער א מיליאנער, א גנב, און א געלט פרעסער... און ער יאגט ארויס פונעם רעסטאראנט.
לחיים!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 9:27 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:02 pm
דורך כוכב
http://blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/181961/

דער קלאץ-שרייבער כאפט נישט אז די ליצים דארט ווען זיי רעדן פון רוסלאנד מאכן זיי זיך נאריש (אדער איך כאפ נישט אז דער שרייבער איז סארקאסטיש...)

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 7:39 pm
דורך טיטאניק
ווי קען מען באקימען א טיקעט פון די אינטערען פלעי?
איינער הילפע?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:25 pm
דורך פארוואס?
טיטאניק האט געשריבן:ווי קען מען באקימען א טיקעט פון די אינטערען פלעי?
איינער הילפע?

http://www.yiddishplays.com/tickets/

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:04 pm
דורך מ גפני
SOLD OUT!!!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:07 pm
דורך בשבילי!
אן עלטערע איד באוויינט דעם פלעי אויף אייוועלט. אבער אנשטאט קומען צום אויספיר אז ס'גענוג געווען מיט די פלעיס, איך האב ביז לעצטענס געמיינט אז פלעיס איז פאר קינדער נישט פאר ערוואקסענע וואס איז Wראנג מיט מיר? קומט ער צום אויספיר אז מ'דארף קאמפאטישן... איך דארף ענדערש קאמפאט פלעין

אט ליינט, עמער עס רעטן.

מעשה?
⭐⭐
נאר צוויי סטארס.
מעשה האט איינער געבאקן פאר א קעמפ פלעי און זיי האבן עס גענומען און אויסססססגעצצצצצויגן, צוגעלייגט עטליכע טוויסטס און צוגעלייגט דשאוקס. ס'איז נאך אלץ נישט א נארמאלע מעשה ווי אין שלמה פערל'ס צייטן.

עקט?
⭐⭐⭐⭐
נאר פיר סטארס, אויסער מינץ וואס האט ממש געמאכט די זאך מיט יוני רובין און דער אנדערע אינגל איז אלעס שוין באאאאאארינג, וויפיל איז דער שיער צו זעהן די זעלבע פאר עקטארס וואס האבן אייביג די זעלבע קערעקטאר? אבא ווינקלער קריכט שוין. קאפי מיט זיין רויטן פנים ווארפענדיג זיין קאפ שרייענדיג 'ניין! טו דאס נישט' איז שוין באררררינג. ס'איז דא אזוי פיל טעלענט אויף די גאס, ברענג עפעס ניי! אדער לכל הפחות 'ראוטעיט' מיט נאך עקטארס.

קאסטיום?
⭐⭐⭐⭐⭐
פינף סטארס
קען נישט זיין בעסער

פראפס?
⭐⭐⭐⭐⭐
וואףףף... דאס הייסט פראפס אן סטערוידז! בויען געביידעס איז א must ענדליך זעהן מיר עס דא אויף א פראפעשאנעל פארנעם!

קאמעדי?
⭐⭐⭐
נאר דריי סטארס.
מיט איין ערשטע קאמעדי סצענע איז מען נאך נישט פטור פאר די אלע אנדערע, וויאזוי אויך איז זייער קאמעדי געבויעט אויף 'pranks'. אנשולדיגט, אבער ס'איז נישט עכט קאמעדי.דעי סארט כאריזמע גערעדעכץ: דו ביסט א פערד, או נאו דו ביסט א פערד, דאס איז טשיפ דשאנק קאמעדי. מיר ערווארטן עפעס מער קאפ אריינגעלייגט.

קינדער קווייער?
⭐⭐
נאר צוויי סטארס.
לערנט אייך אויס: אויב שטעלט מען ארויף קינדער אויפן סטעידש מיט 8 קליפ מייקס, און ס'איז צוטיילט מיט זונגען און הארמאני, דאן מיז מען רופן א פראפעשאנעל וואס זאל עס "מיקסן" לייוו. די קינדער וואס האבן געטוהן פענסי שטיק מיט הארמאניס זענען געווען העכער און איבערגעשריגן די וואס האבן געזונגען דעם ניגון.

די קינדער האבן גע'עקט שרעק'ליך בארררינג. ס'האט אויס געקוקט ווי א קינדערגארטן רבי האט געהייסן יעדן שאקלען די צוויי הענט צוזאמען און זונגען.

זיי זענען געווען איבערגעריסן ביים דריטן פלעי, און געשטאנען אנע געדולט.
(ווען איך בין ווען אין טשארדש וואלט איך פארשאפט א צימער מיט 8 בעטן ווי יעדער מוז גיין שלאפן פאר א שעה, און זיי געבן נארמאל נארהאפטיג צו עסן.)

כהאב זייער ארויסגעקוקט צו זעהן א שיינע קינדער פערפארמענס, אבער כ'האב זיך נישט פארגעשטעלט אז די קווייער מיט די עקט וועט זיין אזא דיזעסטאר.

וכו' וכו
⭐⭐
נאר צוויי סטארס.
ס'איז געווען ביטער הייס אין זאל
די זיצן זייער אומבאקוועם, נישט געווען ווי צו אנליינען א האנט.

די טיקעט סיסטעם אין זאל איז געווען א דיזעסטאר שעבע'דיזעסטאר.

אוועראלל איז עס מיר נישט ווערט געווען צו באצאלן 68 טאלער.

ס'איז צייט פאר א קאמפאטישן.

נ. ב. בשעת מען ריקט אראפ/ארויף די פראפס פאר א נאך א סצענע, ביטע לייג נישט קיינע עקטארס פארנט. לאז א ברעיק.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ברענג שוין וואס דער זעלבער צדיק הדור שרייבט דארט
ווי אויך וואלטן זיי געברויכט צו דעקן 'אלע' פרוי'אישע פאוסטערס אויפן וואנט

#קראנקעזכר

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:27 pm
דורך פישלע העררינג
קאווע טרינקער האט געשריבן:ברענג שוין וואס דער זעלבער צדיק הדור שרייבט דארט
ווי אויך וואלטן זיי געברויכט צו דעקן 'אלע' פרוי'אישע פאוסטערס אויפן וואנט

#קראנקעזכר

ווי אויך וואלטן זיי געברויכט צודעקן די פנים'ער פון די שיקסעס וועלכע האבן פארקויפט די סענדוויצ'עס פאר די הייליגע יונגעלייט.


.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:34 pm
דורך כוכב
https://www.dropbox.com/s/bfcp8zvpgxrnw ... WA0041.mp4

קול מבשר דעקט די נייעס אז דער שמש איז שטעקן געבליבן אויפ'ן ארון קודש...
קרעדיט: איינער אויף אייוועלט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 8:32 pm
דורך כוכב
אין מאמענט איז דא אן אינטערוויו איבער שפילן און פארשטעלונגען מיט שלמה פערל וואו ער אדרעסירט אויך די אונטערן שפילן.
(א גוטע תירוץ אויפצוועקן אן אשכול....)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:57 pm
דורך כוכב
https://www.dropbox.com/s/0rxj7h8c9nxpw ... 9.mp4?dl=0


פארפאלן זיי שמעקן פראפעסיאנאל, ס'הויבט אן געבוירן ווערן א פריש זשאנער פון אידישע קינא און טאלאנט.
קרעדיט: אייוועלט