From kids you take whatever is available

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

From kids you take whatever is available

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]געהערט א מעשה שהיה.....

ראביי יענקל האראוויץ פון מאנסי טוהט אסאך מיט בחורים וואס סטראגלען מיט אידישקייט. ער פירט אהן א מנין אין די הייליגע טעג פאר זיי, פראבירט זיי מחזק זיין אז זיי זאלן זיך האלטן. איין יאר יום כיפור פאר נעילה האט א בחור אריין געוואקט צו דער מנין. רבי יענקל גייט צי צו אים, און געבט אים א זאגער, וויל אים זעצן אויף א באקוועמע פלאץ, ער כאפט א שמועס מיט אים, און אזוי ווייטער.

זאגט דער בחור:
I don’t know what I am doing here! I ate pizza today’ went to the movie last night, god doesn’t need me here. I am leaving


זאגט רבי יענקל: הער: איך האב א מנהג אז יעדער נאכט קוש איך מיינע קינדער פאר זיי גייען שלאפן. איך פיר מיך אזוי יעדן איינציגסטן טאג. ווינטער, זומער, וואכן, שבת, ווען אימער, ווי אימער איך בין געב איך א קיש פאר יעדן קינד פאר ער גייט שלאפן.

איין טאג איז געווען א געפעך צווישן מיר און מיין 14 יעריגן בחור. ער האט נישט אזוי ביהעווט אין קלאס, און איך האב געשמועסט מיט אים איבער דעם. ער האט געשריגן אז דער רבי איז נישט קיין נארמאלער. איך האב שוין געהאט מברר געווען איבער דער רבי אז אלעס איז כדבעי, און מיין זוהן איז סתם נישט אין די מאד פון ביהעוון. ממילא איז ער געווען אפסעט אויף מיר אז איך האב אים נישט סאפארטעד קעגן זיין רבי.
יענער נאכט ווען עס איז געקומען צום שלאפן גיין, האב איך געזען אז מיין זוהן איז נישט אינטערסירט אין מין קיש. די מערסטע וואס ער האט געוואלט איז אז איך זאל אים ווייזן מיט די האנט (ביי ביי) א גוטע נאכט
נו, וואס האב איך געקענט טוהן? צווינגען צו נעמען א קיש פון מיר? זיכער נישט. סא וואס יא?
האב איך מיר געלערנט אז:

From kids you take whatever is available

זאגט ער פאר דער בחור: אמת דו האסט געגעסן ביסט געווען אין מאווי, אבער דער באשעפער נעמט פון דיר וואס דו וועסט אים געבן. בלייב דא און געב אים נעילה.

איך מיין אז דאס איז א געדאנק וואס מיר קענען ניצן ווען עס קומט צו יום כיפור יעדער בכל מצב שהוא.

א גמר חתימה טובה[/justify]

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר