בלאט 1 פון 1

געזוכט: נערות המאורסות און עמי הארץ

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 9:17 am
דורך יאיר
ביי אונז אידן קען מען נישט שטענדיג טון מצוות. א האלבער דאווענען גייט אוועק אויף קלאגן אויף אלע מצוות וואס מיר קענען נישט טון. פארהאן אזעלכע מצוות וואס מען דארף ווארטן א וואך צו מקיים זיין, אנדערע דארף מען ווארטן א שמיטה, א יובל, א קידוש החמה, אדער אפילו קרוב צו צוויי טויזנט יאר ועדיין לא נושענו.
אזוי אויך ווייסן מיר אז נישט שטענדיג קען מען טון פארשידענע עבירות. אזעלכע סארט חטאים ווי לערנען אום ניטל אדער עסן תשעה באב ח"ו קען מען נאר טון איין מאל א יאר, און פארהאן אזעלכע חטאים וואס זענען בכלל נישט בידינו לעוברם בימינו אלה, א שטייגער ווי זאגן דעם שם המפורש.
דעריבער איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד די בשורה טובה אז דאס יאר איז איינע פון די זעלטענע יארן ןוואס עס פאלט אויס יום כיפור אום שבת, און מען וועט קענען אויסנוצן דעם טאג הן למוטב והן לרע. אין די או טי די צירקלען איז דא א גרויסע קאמפיין צו בועל זיין נערות המאורסות בעצם יום הכיפורים שחל להיות בשבת. ווי פארשטענדליך קומט דאס נישט אן לייכט, וויבאלד היינט זענען מיר זיך נוהג צו חתונה האבן תיכף נאך די קידושין, אזוי אז א נערה המאורסה איז כמעט נישט בנמצא, זענען פארהאן וואס זענען זיך נוהג צו מקדש זיין אליין כדי זיי זאלן ווערן מאורסות, כאטש עס איז א גרויסע ספק אויב די קידושין איז חל ביי אזעלכע עוברי עבירה, בפרט אז דער מרא דאתרא איז נישט מסדר קידושין. אזוי ווי עס איז שווער צו טרעפן א נערה מיט אלע סימנים גענוי, בפרט היינטיגע צייטן וואס אין אנו בקיאים, בעט מען א דרינגנדע בקשה יעדער פאסיגער קאנדידאט זאל זיך מעלדן, און צווישן אזויפיל וועט זיכער זיין איינע מיט וועמען מען קען טון די זעלטענע עבירה.
אזוי אויך ווערט איבערגעגעבן פון אונטער די קוליסן אז עס גרייטן זיך די קנאים צו נעמען אן עם הארץ און צורייסן בעצם יום הכיפורים שחל להיות בשבת. מען זוכט א מהודר'דיגע עם הארץ כשיעור חזון איש, און ווער עס ווייסט עפעס אינפארמאציע זאל זיך מעלדן און זיין א מזכה את הרבים.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 10:43 am
דורך איחוד פעלד




אויף צוצורייסען אן עם הארץ פארלאנגט זיך א תלמיד חכם. ולא מצאנו בדורינו איינער בעסער ווי יאיר. אלזא וועמען פיקסטו?

קענסט אויך זוכען ווער עס קען מאכען קניבת ירק יום כיפור נאכמיטאג.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 11:54 am
דורך ידען
מע קען נישט היינט זאגען די שם המפורש?



וואס איז קניבת ירק?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:05 pm
דורך פארוואס?
א נערה איז נאר איין האלבע יאהר. (צווישן 12 און 12 א האלב). וואס איז אויך אסור על פי חוקי המדינה.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:11 pm
דורך נהורא נפישא
.  תניא אבא שאול אמר אף בגבולין היו עושין כן זכר למקדש אלא שהיו חוטאין אמר אביי ואיתימא ר"נ בר יצחק תרגומא נהרדעא דא"ל אליהו לרב יהודה אחוה דרב סלא חסידא אמריתו אמאי לא אתי משיח והא האידנא יומא דכיפורי הוא ואבעול כמה בתולתא בנהרדעא

נשלח: פרייטאג אקטאבער 03, 2014 12:40 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:מע קען נישט היינט זאגען די שם המפורש?



וואס איז קניבת ירק?

גרינע קאנאביס. פי' מאריכואנא בלע"ז. פי, אחר. חאשיש...!