בלאט 1 פון 2

וואס ווארט אונז אין די חרדי'שע אויסגאבעס • סוכות תשע"ה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 10:55 pm
דורך ישמעאל הכהן
יעדע האלב יאהר, פסח און סוכות צוגלייך, קומען די אויסגאבעס ביים חרדישן ציבור ארויס מיט ריזיגע העווי-דוטי אויסגאבעס און ביילאגעס, ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים וואס עס איז ערווארטעט אין די אידיש/ענגליש/היברו מארקעט איז מכובד דא צו מעלדן.

(קרעדיט: אבי גערעדט)

די ערשטע סוכות אויסגאבע איז שוין ארויסגעקומען מיטוואך, דער יתד נאמן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 11:11 pm
דורך ידען
די שטערן איז שוין ארויס געקומען פאר יו״ט

סע שטייט דארט ״פארגרעסערטע אויסגאבע״ ווייל סע האט זעקס מער זייטען

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 11:13 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס מאכט בעיקר שווערער אין וואג די יום טוב'דיגע אויסגאבעס איז די איבערפלייץ פון עדווערטייזמענט'ס און די קרית יואל'ע חתנים וואס פארהערן זיך גאנץ הלכות שבת.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 11:57 pm
דורך בשבילי!
אין אייוועלט שרייבט איינער אז מאמענט גייט האבן א קאנטרווערשל דעקל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:44 am
דורך אבי גערעדט
ידען האט געשריבן:די שטערן איז שוין ארויס געקומען פאר יו״ט

סע שטייט דארט ״פארגרעסערטע אויסגאבע״ ווייל סע האט זעקס מער זייטען


בעסער ווי דער בליץ וואס מאכט זיך בכלל נישט וויסענדיג פון די ימים טובים און לייגט נישט צו אפילו איין פעידש

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:45 am
דורך אבי גערעדט
די ענגלישע אויסגאבעס וועלן זיין מארגן אין די געשעפטן ( מ'הערט אז עמי גייט האבן עפעס א אויפרייס )

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:46 am
דורך אבי גערעדט
אויף בחדרי חרדים פלעגט זיין פאר יעדע פסח-סוכות א אשכול ווי מ'פלעגט אפדעיטן וואס די היברו מאגאזינען גייען האבן אויף די ימים טובים, אבער לעצטנס איז שטיל דערוועגן

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:00 am
דורך יידל
אבי גערעדט האט געשריבן:די ענגלישע אויסגאבעס וועלן זיין מארגן אין די געשעפטן ( מ'הערט אז עמי גייט האבן עפעס א אויפרייס )

עמי גייט שרייבן איבער דעם דירות קריזיס, ווי זיי האבן שוין געשריבן. כ'ווייס נישט צו דאס גייט זיין דער אויפרייס פון וואס דו רעדסט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:37 am
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס שפירט אז עס איז שוין טו מאטש אף עי גוד טינג? ווער דארף אזא פארפלייצונג פון לייען מאטעריאל אויף יו"ט? איז דען אפילו פאראן צייט אלעס אדורכצוליינען? איינער ענדיגט די אלע פארגרעסערטע אויסגאבעס?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:09 am
דורך רויטע וואנצעס
די יאר איז דא 2 מאל 3 טעג יו"ט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 8:31 am
דורך על המחיה
המבשר

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:24 am
דורך אבי גערעדט
אבי גערעדט האט געשריבן:די ענגלישע אויסגאבעס וועלן זיין מארגן אין די געשעפטן ( מ'הערט אז עמי גייט האבן עפעס א אויפרייס )


עמי שוין אין די געשעפטן, דיק ווי א קובץ מפרשים; זיי שרייבן אז זיי האבן 670+ זייטן

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:28 am
דורך כוכב
לייק איז פאר די קובץ מפרשים...

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:58 am
דורך יידל
מאמענט טוויט...

בילד

בילד

וואו איז דער פארשפראכענער "קאנטראווערשעל" דעקל?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:14 pm
דורך בר דעת
אפשר איז קאנטערווערסיאל אז זיי האבן די צווויי דם שונאים ווייס און שטערנבוך אינטערוויוס אין איין אויסגאבע

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:56 pm
דורך איך אויך
בשבילי! האט געשריבן:אין אייוועלט שרייבט איינער אז מאמענט גייט האבן א קאנטרווערשל דעקל.

אה ב''ה מ'קען שוין אפעטעמען.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:41 pm
דורך בשבילי!
די עמי קאסט 5.50, משפחה 6.50. פאר די וואס קוקן נישט די פרייזן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 4:44 pm
דורך ישמעאל הכהן
פון אן אינסיידער אין דער איד הערעך אז ס'קומט א זאפטיג גרויסע קעפל אויפ'ן פראנט זייט אבאוו די פאלד מיט א נאכפאלגענדע ברייטער ארטיקל וועגן גיוס (אדער חפירות, נישט געהערט קלאר) מיט א טוץ עקסקלוסיווע בילדער ווי ציונישע פאליציי אינדעזעויקיוויזידעזיקיווזן זיך אויף די ערליכע נקויי הדעת אינגעלייט מיט פולע מאס רשעות. די בילדער, זאגט ער, וועלן קומען באזונדער אין איד מיט א פלעסטיק אזוי אז מ'זאל עס נישט קענען דורכבליקן אין געשעפעט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:55 pm
דורך מאטי
אינדעזעויקיוויזידעזיקיווזן


:like :like

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:30 pm
דורך קאווע טרינקער
איך ליין יעצט די ערשטע ארטיקל אין די דירות ביילאגע אינעם מאמענט, פארוואס האט ער נישט צוגלייגט א קלארע מאפע פון וויליאמסבורג והגלילות? איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער רעדט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 9:41 am
דורך על המחיה
בילד

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:07 pm
דורך בשבילי!
די המודיע יו''ט פרייז איז $4 אנשטאט $3. פאר די וואס קוקן נישט.
אנדערש ווי די אידישע צייטונגען וואס האבן נישט די חוצפה צו הייבן יו''ט אויסגאבע פרייזן טוט המודיע וואס זיי ווילן.

ווייסט אפשר עימצער צו דער המודיע איז אראפ מיט א דאלאר אויף זייער לעצט וואכעדיגע אויסגעדארטן יום כיפור מאגערן צייטונג?!?!
סארא העזה!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 8:44 am
דורך [NAMELESS]
/