בלאט 1 פון 2

וואס וויליאמסבורג איז all about

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:20 pm
דורך סענס סטריט
איך וויל דא מיטיילען א מעשה וואס גייט מיר נישט אין קאפ אריין, פארגע דאנערשטאג שלש עשרה מידות נאכן זיך מיטשען מיט מיין סוכה א שטיקל צייט בין איך געגאנגען צו מיין פענסטער מיך אביסל אויסבלאזען אין איך האב ארויסגענימען מיין טעלעפאן אין וואס מיינט עטץ האב איך געטין? איך האב אנגעפאנגאן צר זיכען א folding bed פאר מיין סוכה, איך האב געזיכט היפש לאנג אפילו מער ווי א שעה
אין פליצלינג באקום איך א פאן קאלל פין א פרוי זי פאנגט אן צי שרייען קולות אויף מיר אז היתכן ס'איז שלש עשרה מידות אין איך שטיי שוין ביי מיין פענסטער בערך צוויי שעה אין אנשטאט גיין אין בית המדרש זיך אויסצובעטען שפיל איך מיט מיין טעלעפאן,
איך בין געווען אין שאק!
איך האב איר געפרעגט, "ווער זענט איר, אין וואס ווילט איר פין מיין לעבן האבן"
זי האט איבערגעזאגט די זעלבע אין אראפגעלייגט,
איך האב נישט געוויסט צי איך לעב צי נישט, וואס פאר א חוצפה האט א פרוי וואס איך האב נישט קיין אנונג ווער זי איז אריינצוקיקען אין מיין פענסטער אין מיך אנקאלען אין אנשרייען?
ערשטענסט לאמיר זאגען אז איך האב מיך פלעין געשפילט ווי איז מותר אריינצוקיקען אין יענעמס פענסטער? אין לאמיר שוין זאגען אז זי האט בטעות געזען אדער איך האב אביסל ארויסגעשועקט מיין קאפ וואס איז מיט דן זיין יענעם לכף זכות??? אין ביי דעם פאל האב איך טאקע געזוכט א בעט פאר מיין סוכה!
ממש ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין, איך האב שוין נישט קיין פרייועסי ביי מיר אינדערהיים אויך נישט?
אין לאמיר זאגען אז איך האב יא עפעס געטין wrong ווער האט איר געפרעגט? איך האב עפעס געטין אויפן גאס? עס איז דאך ביי מיר אינדערהיים!!! איז זי דען מיין חבר פין ישיבה?? ז'איז א פרעמדע ( פאריקטע ) פרוי צי מיר!!!
ווער האט איר געשטעלט אלץ פאליסמאן ( פאליספרוי ) אריינצוקיקען אין יענעמס הויז אין אנקאלען מיט א מוסר דרשה?
איך קען סאך מער מאריך זיין אבער הזמן קצר.
איך וויל הערען וואס די עולם זאגט זי אזא מעשה חוצפה, אין וואס איך זאל טין אין אזא situation זי האט מיך געקאלט פין א סעללפאן, וויאזוי איך קען אויסגעפינען ווער זי איז?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:26 pm
דורך איחוד פעלד
נעקסט טיים זאג זי, מסכים איך גיי פארדיר אין ביסמעדרעש, און וואס קענסט די טוהן פארמיר?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:53 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז אן אפטע ערשיינונג פרויען זאגן פאר פרויען און מענער פאר מענער. פרויען פאר מענער אדער פארקערט איז מסתמא א פרענק אדער א חזיר.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז מסתמא געווען דער בת קול פון הר חורב...
אלענפאלס, דאס איז א פאררוקטע פרוי, ביטע שמיר נאך נישט אן גאנץ וויליאמסבורג מיט דעם פעינט,
לאך זיך אויס, לך אכול בשמחה את לחמך כי כבר רצה אלקים כו'

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:27 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. אזא ברכה צו באקימען א טאג נאך יום הק', (ווען איך ליין די הודעה). ס'האט זיך שוין באלד געלוינט די עגמת נפש פון ווערן אנגעשייגעצט פון עפעס א צודרייט באשעפעניש. נאר דו ביסט הינדערט פראצענט גערעכט. חוץ פון דעים ווייס איך עטליכע מעשיות פון אינוועיזשן אף פרייוועסי בעיר הק' וויליאמסבורג יצ"ו. און מסתמא איז אויך די זעלבע אויף געוויסע בלאקס אין בארא פארק יצ"ו. וואו אלעס איז איין טשולנט, און מענטשן? ווייסן נישט קיין גבולים. און מ'קריכט יענעם אין די קישקעס. וואס בעיני ראיתי (אבזערווירט). נאר ס'פאסט נישט ארויסצושרייבן דא. ענדערש אין "מאחורי". ווען איך האב געזעען ווי נאנט א טייל הייזער זענען געבויט איינס צום אנדערן, אז דער פארטש פון איין הויז איז ממש אינטשעס אוועק פון זיין שכן'ס קאך, (קיטשען, בלע"ז) איז מיר איינגעפאלן אז ווען איין שכן זיצט אויף זיין פארטש קען ער זעהן וואספארא שניטצל זיין שכן עסט ביי זיך אין קאך... :roll: !

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:32 pm
דורך איך אויך
און וואספארא שניצל עסט ער טאקע?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:44 pm
דורך לעיקוואד
אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:45 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:און וואספארא שניצל עסט ער טאקע?

אז איך וועל אריינקוקן צו דיר אין קאך (אפשר עסטו אין דיינינג רום, לא אמרתי.) וועל איך דייר קענען זאגן וועלכע שניטצל דו עסט... :lol: !

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:47 pm
דורך איך אויך
בינעך אבעל נישט אין ווילי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
לעיקוואד האט געשריבן:אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?


מ'האט ביי איר גענומען די צניעות קלייד פאר'ן שפיטאל ביים לעצטן געבורט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:59 pm
דורך סענס סטריט
לעיקוואד האט געשריבן:אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?

איך ווייס נישט. מסתמא האט זי געקיקט אין די business directory. זי האט געדארפט אויסחשבנען פינקלעך ווי איך וואוין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:17 pm
דורך berlbalaguleh
סענס סטריט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:אהעממ.. פון וואו האט זי דיין טעלעפאן נומער?

איך ווייס נישט. מסתמא האט זי געקיקט אין די business directory. זי האט געדארפט אויסחשבנען פינקלעך ווי איך וואוין.

אין די ביזנעס דיירעקטארי שטייט נישט קיין סעללפאונס...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:21 pm
דורך שמעקעדיג
ווער זאגט זי האט גערופן צו זיין סעל? זי האט גערופן די היים נומער!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:25 pm
דורך מאטי
דאכט זיך מיר, נישט די סעל און נישט די היים..

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:51 pm
דורך חכם עתיק
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז אן אפטע ערשיינונג פרויען זאגן פאר פרויען און מענער פאר מענער. פרויען פאר מענער אדער פארקערט איז מסתמא א פרענק אדער א חזיר.


לאו דוקא. מיר האבן זוכה געווען צו כאפן א מי שפרע פון א שכנ'טע אמאל פארן טראגן מיטן עירוב.

איך האב מיך נישט נישט מוחל געווען עד היום (אפילו דעם יום כיפור..) פארן נישט צוריק ענטפערן..

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:53 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:ווער זאגט זי האט גערופן צו זיין סעל? זי האט גערופן די היים נומער!

אויב שוין ברעכן דעם קאפ און חקר'נען, איז שוין בעסער צו ארבעטן אויף א תוס', אדער א שווערן "קצות". אבער לענייננו, איז משמע פון זיינע ווערטער אז ער רעדט פונ'ם סעללפאון. ווייל ער שרייבט בתוה"ד אז די הייליגע אידענע האט עים אנגשריגן אז ער שפילט זיך מיט זיין פאון. און מיט א פשוט'ן היים פאון שפילט מען זיך נישט. (דיבר הכתוב בהווה.). ועוד י"ל. אז אויף א האום פאון איז דא א קלארע קאללער איי.די. מיט'ן נאמען. משא"כ אויף א סעלל פאון איז נאר דא א פאון נאמעבער. חוץ פון די קאנטאקטס וואס מ'האט אריינגעלייגט. כנלענ"ד. ופשוט.... :x ...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:33 pm
דורך סענס סטריט
זי האט געריפען פין איר סעל צי מיין היים פאון.. אין זי האט געזען ווי איך שפיל מיט מיין סעל

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:39 pm
דורך איך אויך
געב אונז ארויס איר צעל נומער און מער וועט זי דיך נישט באלעסטיגן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:49 pm
דורך berlbalaguleh
סענס סטריט האט געשריבן:זי האט געריפען פין איר סעל צי מיין היים פאון.. אין זי האט געזען ווי איך שפיל מיט מיין סעל

אה. דאס איז שוין א חזיר'טע. אפילו פאר ווילי באגי איז עס טו מאטש...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 7:18 pm
דורך מאטי
אויף דעם האט דאך שוין דער רמב"ם געשריבן זייער הארב "נשים המ'סעל'סלין....

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 7:35 pm
דורך טיטאניק
שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז א פאררוקטע פרוי, ביטע שמיר נאך נישט אן גאנץ וויליאמסבורג מיט דעם פעינט,
לאך זיך אויס, לך אכול בשמחה את לחמך כי כבר רצה אלקים כו'

גם אנכי מצטרף
אין וויליאמסבורג שרייען נאר מענער בעיקר שבת קודש ווען מען האלט פאר די קידושא רבתי און די מאגען קוטשעט פאר אביסל ווייכע הערינג און פארהארטעוועטע גאלע

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:44 pm
דורך [NAMELESS]
ווי האט א פרוי בכלל די חוצפה צו רעדן מיט א סעלפון אופן גאס. דאס איז דאך נאך געאסערט געווארען נאך פאר די אינטענעט, (ווער געדענקט ווען דאס איז געווען די פירצה פונעם היינטיגען דור) נאכדערצו אז מסתמא איז עס געווען א קאלארד סקרין וואס לית מאן דפליג אז עס איז אסור פאר א אידיש קינד צו נעמען אין די האנט. רחמנא ליצלן.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 8:05 am
דורך דריידל
מ'דערציילט אז עפעס א יענטע אין וויליאמסבורג איז געווען נייגעריג וואס טיט זיך ביים שכן, האט ער גענומען א קוק ער (שפאקטיוו) און אריינגעקוקט ביים שכן אינדערהיים, זעט ער ווי די שכן שטייט מיט א קוקער און קוקט אריין ביי אים