בלאט 1 פון 11

וועכענטליכע אויסגאבע: אידישער טריביון

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:43 pm
דורך נולד מאוחר
וואס איז דאס?
איז עס ניי?
א חידוש זיי געבן דאס אוועק בחינם.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:46 pm
דורך בשבילי!
ווי קען מען עס באקומען ??

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:53 pm
דורך כוכב
טריביון זעט אויס אינטערסאנט.
נייגעריג אויפ'ן אינהאלט. ס'איז נאך אומזיסט אויך. די שאלה וואו וועלן זיי מאכן זייער געלט פון היימישע אנאנסן אין א מאגאזין נעמט אויף נאר א פראקציע פון איינקונפט, וצ"ע.
בכל אופן, פאר "מאמענט" איז עס געוויס איבריגע קאפוויי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:57 pm
דורך יידל
כוכב, דא קענסטו ליינען דעם טריביון אנליין http://issuu.com/ytribune/docs/mag890__1_

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:08 pm
דורך כוכב
קען מען עס דאונלאודן?
ס'ליינט זיך עפעס נישט פראקטיש.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:38 pm
דורך כוכב
ראובן כ'האב אויך געהאט אזא קלער אז דאס מוז זיין יואלי מאנדל בן הגר"י ממאנרא.
אבער מיט וועלכן פרט איז עס געניאל?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:44 pm
דורך כוכב
דיסטרוביוציע גייט אים שחט'ן. ער דארף אויסטיילן צענדליגער טויזנטער קאפיס אומזיסט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 1:51 pm
דורך יידל
דיסטריבוציע האט נישט גע'הרג'ט דבר יום ביומו, וויקלי לינק, שאפערס רוט, קאמיוניטי קאננעקשאנס, א.א.וו., פארוואס זאל עס הרג'נען טריביון?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:00 pm
דורך כוכב
וויקלי לינק איז גראדע א סטראגלינג ביזנעס.
אבער וואס פאר א פארגלייך, א מאגאזין דארף אלעמאל פייטן פאר אדווערטייזמענטס און דער עיקר איינקונפט איז געווענליך פון קאסטומער וואס צאלן פאר די לייען-מאטעריאל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 2:05 pm
דורך נולד מאוחר
מסתם פריטינג מעגזין קוואלטי איז היפש טייערער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 3:03 pm
דורך אראנדש קאונטי
די טריביון איז אראפ פון יענעם לינק, קען מען עס ערגעץ אנדערש ליינען?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
כ'הער אז איינער הערצקא גרינפעלד שטייט אונטער די טריביון. ער שרייבט יעדע וואך אין עלים לתרופה, און האט ארויסגעגעבן א פני יהושע מיט הגהות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:00 pm
דורך פישלע העררינג
ראשעקאל האט געשריבן:כ'הער אז איינער הערצקא גרינפעלד שטייט אונטער די טריביון. ער שרייבט יעדע וואך אין עלים לתרופה, און האט ארויסגעגעבן א פני יהושע מיט הגהות.

פון פני יהושע צו עלים לתרופה צו טריביון? וואט עי ראללער קאוסטער גאואינג דאון!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:14 pm
דורך סאשי פיש
בשבילי! האט געשריבן:ווי קען מען עס באקומען ??

היינט געווען ביי מיין גראסעריי

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:29 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:
בשבילי! האט געשריבן:ווי קען מען עס באקומען ??

היינט געווען ביי מיין גראסעריי

איפה זה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 10:32 pm
דורך איינגעמיירעט
בין איך דער איינציגסטער וואס יעדען יו״ט מיט א פרישקייט קויף איך די ,עמי,משפחה,וכ״ו
און אינמיטען די ערשטע טעג ווער איך פשוט צוריקט פון דיע אלע לופט וואס איך האב צאמגעזעען,און איך כאפ אהן דעם גאנצען mess פון פאפירען און איך שליידער עס און מיסטקאסטען.
איך שרעק מיך נישט צוזיין די איינציגסטע,ווייל למעשה זעע איך נישט קיין משהו תוכן און דיע ארטיקלען,און אפילו ווען זיי רעדען פון א תוכן׳דיגע נושא,רירען זיי נישט צו די ריכטיגע נקודות פון די נושא,זיי געבן נאר א גאר אויבערפלעכליכע אנאליז.
ווען זיי פארציילען א מעשה וויקלען זיי ארום די מעשה און א סארט שיינע פארדמיונטע וועלט וואס עקזיסטירט נישט,וואס איז נאר מטשטש די גרונטליכקייט פון די מעשה,און נעמט אריין די ליינער און א וועלט פון פאנטאזיע.
דעיטס מיי פילינג מיט דיע מאגאזינען.
און יעצט גיי איך מיר מיט א פרישקייט צום סופערמארקעט,נאכאמאל ווערען aroused ביי די קעפלעך און דעקלעך און קויפען נאך א פעקל לופט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 11:48 pm
דורך כוכב
נישט ממש פלאגיאריזם, אבער עטליכע אויסדרוקן אין דעם 'טריביון', אהבה אטאקעס, רימלאזע גלעזער, וכו', זענען גענאשט פון איש עברי'ס ארטיקל אויף מהר'א מסטיטשין.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:40 pm
דורך אייזקרים
ווי קען מען עס באקומען איך בין געוועהן און אפאהר סטארס און בפ און גארנישט געטראפן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:19 pm
דורך איך אויך
וואס שרייבט דער הערצקע אינעם עלים לתרופה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:23 pm
דורך כוכב
איך וואוין בעצם אין אוריגוויי פערצופאל נעכטן געווען אין בארא פארק און געזען א באקס דערפון ביי סופער 13.
מסתמא נישטא קיין זכר מער, אין אייוועלט שרייבט איינער מקען עס קריגן קעגן איבער ביי סוב עקספרעס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 5:29 pm
דורך מ גפני
איך האב עס געטראפן ביי עווערגרין אין מאנסי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:40 am
דורך אייזקרים
איך בין זייער נישט צופרידן ווי אזוי די שרייבער לייגט אראפ דעם רעבן פון סטיטשין ער לייגט איהם אראפ זייער טרוקען און קאלט ווי א מאטלניק פע! און די פאר שורות ווי ער שרייבט שוין יא עפעס איז עס געשריבן מיט א מייסער האפטיגע טרוקעןקייט ניטאמאל קייט זיך די פאפיטעס געשמאק בשעתן דאס לייענען און נאך על איך דיר זאגן אז ער שרייבט דארטן זאכן וואס הייבט זיך נישט אן ווי דעס אז ווען א באם קומט אריין צום טיש איז איהם די רבי מקרב און זעצט איהם אויפן אויבן אהן דאס איז הוילע בלאף איך באטייליג מיך ביי כמעט איעדן טיש און אזא זאך האב איך קיינמאל צוגעזעהן ער קען זיי געבן א קיש אדער צוויי ביים טיילן ביר נאכן טיש אבער דאס וואס ער שרייבט דאס איז שקר!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 8:40 am
דורך קרעקער
ביזט נישט גערעכט
גראדע איז זייער שיין און הארציג באשריבען דעם רעבין אזוי גיט ארויסגעברענגט זיין מהות
דאכטציך מיר אז סאיז די ערשטער מאל וואס דער רבי ווערט באשריבען ערגעץ
כאטשיג אלס סטיטשינער חסיד באדערט מיר שטארק אז עס שטייט אז דער רבי איז א חברים מעמבער א וואלאנטיר פאר חיה לייפליין ער טיט זיך אן א קאסטיום, קאם אן, אפילי אז דער רבי אליינטס איז OK מיט דעם באדערט עס פאר אלע חסידים, אפאר הייסע חסידים האבען אפילי געהאט א פלאן צו גיין מעביר זיין אלע מעגעזינס פון די סטארס,
ביים טיש איז עס טאקע זעלטען אבער א קוש און האג פון רבין איז א נארמאלע זאך