בלאט 1 פון 1

רבי איד... איר שלאפט אין די סוכה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:20 am
דורך קאך_לעפל
דער הייליגער מחבר שרייבט אין שו''ע או''ח סימן תרל''ט סיעף ב': "ואכלין ושותין וישנין בסוכה כל שבעה בין ביום בין בלילה. ואסור לאכול סעודה חוץ לסוכה כל שבעה אלא אם כן אכל אכילת עראי… ואין ישנין חוץ לסוכה אפילו שנת עראי".

ע''פ הלכה איז א חיוב צו שלאפן אין די סוכה, פארט זענען געווען געוויסע מקומות למשל אין בעלזא און אין חב''ד ווי עס איז געווען א קפידה נישט צו שלאפן אין די סוכה, ווידעראום רוב כלל ישראל שלאפט יא אין די סוכה, עס זענען אפי' געווען געוויסע רבי'ס וואס האבן זיך נוהג געווען אפי צו קטן'ענען אין די הייליגע סוכה, זיי האבן געהאט א קטן-שיסל לעבן די מיטה, און ווען מען האט געברויכט האט מען געטאן צו די זאך, און משתין געווען בתוך הכלי בדח''ו. (עיין בדרכי חיים ושלום בזה)

דער מציאות היינט איז: אז די בעסערע שמעקערס די וואסאפ אינגעלייטלעך, שלאפן נישט אין די סוכה, אפי' עס קומט אן גרינג, פארוואס? איז נישט קיין קישא די גאנצע געפול פאר אידישקייט, דאס חמימות לעשות רצון אבינו שבשמים, איז ביי זיי נישט צום געפונען..

אבער עס איז נאך אלס דא א גרויס חלק כלל ישראל וואס שלאפט יא אין די סוכה, אבער ע''פ רוב איז עס א אפקומעניש, ווייל די שכינים האבן נישט די מינדעסטע סענסעטיווקייט צו יענעם'ס מנוחה...

אבער נישט יעדער לאזט זיך שפייען אין די קאשע, עס איז געווען אמאל א יוד אין וויליאמסבורג, וואס האט זיך געוואלט אביסל אנלאנען אין די סוכה, ער מאכט זיך אזוי באקוועם, און ער הילט זיך איין אין די ווארימע דאכענע, און ער נעמט זיך א מעשה ביכל, און פראבירט צו כאפן א דרימל......

מיטאמאל הערט זיך א געזאנג .. אפי בהסתרה..... בתוך הסתרה.... וואס איז? א פאר וואטסאפ יונגעלייטליך האבן באשלאסן צו מאכן א קומזוץ... אין זייער סוכה, וואס געפונט זיך אונטער זיין סוכה... און דער געפילדער אין געלעכטער האלט זיך אין איין העכערעכן.. דער יוד וואס לעכעצט אזוי נאך זיין שינת צהריים, שרייט שא! שא! ער האקט אויף די וואנט... עס העלפט אבער א בוידם.... די קולות ווערן נאך גאר העכער און העכער, ווי עס איז די סדר ביי די וואטסאפ יונגעלייט זיך אונטער צו האלטן מיט יענעמס עגמ''נ.....

דער יוד זעהט ווי עס נעמט נישט קיין עק, און מען מאכט פון אים פשוט דאס גענאר, האט ער געכאפט א שיסל וואסער, און ער האט מקיים געווען דעם פסוק וזרקתי עליכם מים טהורים, פארשטייט זיך אז עס איז געוארן פרייליך אונטען...... און דער קומזיץ איז געקומען צו א שנעלע ענדע.... און די מנוחה אויף פלאץ האט זיך ענדליך אומגעקערט , און דער יודל האט געקענט כאפן זיין לאנג געגארטן שינת צהרייים....

נישט יעדער האט די מתניים אפצורעכטן אזא געשמאקע אקציע... דעריבער ברענגט דאס גאנצע שלאפן אין די סוכה א היפשע אנגעצויגענקייט צווישען די שכינים... אלזא אפשר וואלט מען געקענט איינפירן אז אויף די סוכת טעג זאלן מיר אלע ווערן אנשי חב''ד? יעדער וועט קענען שלאפן..... יעדער וועט קענען מאכן קומזוצען ביז אין די קליינע שעות פון די נאכט.... עס וועט הערשען שלום...... מען ווען קענען מקיים זיין מצות השתנה אין א געהעריגע בית הכבוד...... והכול על מקומו יבוא בשלום??????? אדער זאל מען גאר ווייטער פירן מלחמות מיט די שלאף-שטערער?????? וואס איז חשובער?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 11:54 am
דורך גאלד
היסטארישע קליפ ווי א מתנגד ווערט באגאסן מיט א קיתון של שופכין פון ליבאוויטשער רבי ז"ל וועגן דעם ענין פון שלאפן אין די סוכה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FUO-9Sl2Rfo[/youtube]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:03 pm
דורך מאטי
דער ניגון "אפילו בהסתרה" האט נאכנישט דערלעבט קיין יו"ט סוכות דערווייל. Just saying

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:32 pm
דורך אלעס איז גיט
אבער צו קענען אנגוסען מיט א שיסל וואסער א גאנצע סוכה מיט מענטשן דערין איז ער אויך נישט צו א נערמאל קינד פארשטייסע פארוואס וואס האבן זיי געטון סך הכל געזינגען נא זאל ער מיט זינגען אנגוסען יענעם מיט וואסער זאל ער זיך שנעל גיין זיך אונטעזיכען ביי א דאקטער ווייל דאס איז א סימן אז אינדערהיים ווען דער ווייב גייט אים אביסל אויף דער נערווען אוי! ווער ווייסט וואס דארט קומט פאר השם ירחם!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:39 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
ביי מיר איז פארקערט,
א גאנצע יאר קומען די קינדער אריין אין מיין צימער וועקען אונז אויף מיט א געוואלד, גיסן מיך אן מיט נעגל וואסער, שלעפן די דאכענע, טאנצן אויפן בעט, ווארפן מיך אן מיט טויס וגו'
סוכות??? כאכאכאכא כ'בין נישט בנמצא, מיין רעבעצין כאפט די אויבן דערמאנטע. אבער איך שלאף א מחיה בשעת א געשמאקע ווינטל לויפט דורך,
איי קענט וועיט,

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:02 pm
דורך מ גפני
מאטי האט געשריבן:דער ניגון "אפילו בהסתרה" האט נאכנישט דערלעבט קיין יו"ט סוכות דערווייל. Just saying

די אויבנדערמאנטע "פאסירונג" האט נאך אויך נישט דערלעבט קיין יו"ט סוכות דערווייל....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:12 pm
דורך דריידל
ס'איז אינטערעסאנט ווי די באשעפער שטעלט צו די רפואה פאר די מכה. ווי נאר ס'איז פארשפרייט געווארן די ניגון ואפילו בהסתרה, איז אויך באקאנט געווארן די מנהג פון אייס באקעט טשאלאנדש. בשעתו האט מען נישט פארשטאנען די שייכות פון די צוויי, אבער ווען אן אייס באקעט וועט אראפקנאקן אויף אפאר זינגערס אין די סוכה וועט מען אלעס פארשטיין.

זה לעומת זה עשה אלקים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:24 pm
דורך יעדער לאכט
אבטולמוס האט געשריבן:מצטער פטור מן הסוכה איז דען נישט קיין אויסגעהאלטענער היתר? הכל לפי המקום הזמן.

גיי לערן אביסל וואס המצטער מיינט... המצטער מיינט נישט "כ'האב נישט קיין נערווען"! א מצוה איז נישט געמאכט אז ס'זאל זיין באקוועם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:02 pm
דורך פישלע העררינג
גאלד האט געשריבן:היסטארישע קליפ ווי א מתנגד ווערט באגאסן מיט א קיתון של שופכין פון ליבאוויטשער רבי ז"ל וועגן דעם ענין פון שלאפן אין די סוכה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=FUO-9Sl2Rfo[/youtube]

וואו!! הערליך! אזוי צו האבן די קאפ אויף די פלייצע. אני מתקנא ביכולתו!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:28 pm
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט ווי די באשעפער שטעלט צו די רפואה פאר די מכה. ווי נאר ס'איז פארשפרייט געווארן די ניגון ואפילו בהסתרה, איז אויך באקאנט געווארן די מנהג פון אייס באקעט טשאלאנדש. בשעתו האט מען נישט פארשטאנען די שייכות פון די צוויי, אבער ווען אן אייס באקעט וועט אראפקנאקן אויף אפאר זינגערס אין די סוכה וועט מען אלעס פארשטיין.

זה לעומת זה עשה אלקים


:like :like :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 9:00 am
דורך נולד מאוחר
אז איך ווייס פאר איך לייג מיך אז אינמיטן די נאכט גייט רעגנען,
דארף איך גיין שלאפן אין די סוכה?

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 2:54 pm
דורך לעיקוואד
דער וואס די שכנים וואס זינגען הויך שטערן עם שלאפן איז א מצטער און אז ער עקשנ'ט זיך שלאפן אין סוכה איז ער א הדיוט, איז פארציילסט א מעשה אויף א הדיוט כעסן.. ווידער די קומזיץ מאכער זענען מקיים די מצווה פון שמחת יום טוב ואהבת חברים למהדרין מן המהדרין, און פארוואס זאלן זיי אויפהערן ווייל יענער וויל זיין א הדיוט?

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:32 pm
דורך אלעס איז גיט
גראדע פון יעדע סוכה האט זיך געהערט די ניגון פון בהסתרה!

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 5:49 pm
דורך [NAMELESS]
אלעס איז גיט האט געשריבן:גראדע פון יעדע סוכה האט זיך געהערט די ניגון פון בהסתרה!

פון מיין סוכה נישט.
באיז שוין לאנג לאנג ארויס פון די נאז עס עקעלט.