די 2012 אלימפיקס סייט אין לאנדאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1081 מאל

די 2012 אלימפיקס סייט אין לאנדאן

שליחה דורך הדד בן בדד »

כידוע ליודעים קומט פאר יעדע עטליכע יאר אלימפיקס. דאס זענען פארשידנארטיגע שפילן ווי די וועלטס טשאמפיאנען קומען זיך צוזאם צו באווייזן וואס זיי קענען אלס. מען באקומען אסאך כבוד און מעדאלן, און דאס לאנד וואס אירע אטלעטן געוואונען קען זיך שפירן גוט און גרויסהאלטעריש. איך בין נישט קיין גרויסער מומחה אין די עניינים ווייל עס האט מיך קיינמאל נישט געצויגן די סארט ספארטן, ממילא גיב איך נישט קיין סאך אטענציע צו די געשעענישן.

אבער דא האט עפעס יא געצויגן מיין אויפמערקזאמקייט. די קומענדיגע אלימפיקס שפילן גייען פארקומען אין לאנדאן אין עטליכע וואכן ארום, און צו דעם האט די שטאט לאנדאן אויפגעבויען א גאנצע נייע געגענט, ספעציעל געווידמעט פאר די אלימפיקס שפילן. און דאס האט געצויגן מיין נייגער.

איז אזוי, אין 05' (אזוי דאכצעך מיר) האט לאנדאן זוכה געווען אין דעם גרויסן כבוד צו זיין דער גאסט געבער פאר די 012' זומער אלימפיקס. אבער אזא כבוד קומט נישט ביליג, עס קאסט אביסל מער ווי א שיינע קאלירטע בעקישע, מער פון א גרויסע רבי'שע בענקל, און אפילו מער ווי א גאלדענע בעכער. פאר די אלימפיקס דארף מען צושטעלן סטאדיומס און בניינים פאר יעדע סארט שפיל, דאס איז א אינפראסטראקטור וואס איז גארנישט אזוי פשוט. און בדרך כלל האט א מדינה נישט די זאכן רעדי. מוז מען עס אלזא צושטעלן.

די שטאטראט פון לאנדאן האט אויסגעקליבן פאר דעם א שטח פון בערך א זיבן אכט הונדערט אקער לאנד, און אויף דעם שטח האבן זיי מחליט געווען גייט מען אויפבויען דעם קאמפלעקס.

אבער עס בויעט זיך נישט אזוי שנעל. צו ערשט דארף מען אויסקלארן דעם שטח. אויף דעם שטח זענען געשטאנען א קיימא לן פון צוויי הונדערט בניינים, רוב פון זיי האבן נישט געהאט קיין געהעריגן נוצן, און אט דעם גאנצן שטח האט מען געדארפט אויסקלארן פאר מען האט געקענט אפילו אנהייבן צו בויען.

טייל פון די בניינים זענען געווען קלענערע, און מיט די האט מען זיך נאך גרינג אן עצה געגעבן, אבער אנדערע זענען געווען גרעסערע, שטערקערע, און העכערע. צוויי הויכע בניינים זענען געווען צו נאנט צו אנדערע בניינים אז מען זאל קענען נוצן דינאמיט אדער אנדערע סארט מיטלען וועלכע קענען שעדיגן ארומ'יגע בניינים, און דעריבער האבן זיי געמוזט אריינברענגען גאר ספעציעלע צוברעך מאשינען, וועלכע קענען דערגרייכן די הויכע ספערן, העכער פון צען שטאק, און אזוי זיי צונעמען שטיקל ביי שטיקל.

א נייע אויסטרעף האבן זיי געמאכט דא, אז נייציג פראצענט פון די סחורה פון די צעווארפענע בניינים האט מען ריסייקלט און איבערגענוצט ביים בויען די נייע בניינים, אזוי ארום אז די 012' אלימפיקס גייען זיין די גרינסטע אלימפיקס וואס זענען נאר אמאל געווען.

נאכן צואווארפן אלע בניינים און אפליידיגן דעם שטח האט זיך אנגעהויבן דאס פאקטישע בויען, וואס איך וועל נישט באשרייבן בפרטיות, נאר אזויפיל אז די טעכנאלאגיע און מאשינען וואס מען האט גענוצט דאס צו דערגרייכן זענען מורא'דיג אינטערעסאנט און באלערנד. לדוגמא, מען האט געדארפט בויען א האלבע דאך אויף דעם הויפט סטאדיום - וועלכע פארמאגט אגב 80 אלפים זיצן - (אן דעם דאך וואלטן ווינטן געקענט הערשן דארט אויף גענוג אזויפיל אז מען זאל נישט קענען דארט באווייזן די גרויסע וועלטס רעקארדס וועלכע מען ערווארט ביי די אלימפיקס), די דאך איז געווארן צאמגעשטעלט פון אזעלכע גרויסע באלקנס (טראסעס) וואס יעדע איינע פון זיי וועגט ארום אכציג טאן.

אבל דא עקא, אז די געווענליכע קרעינס מיט וועלכע מען האט זיך באנוצט אויף צו בויען דעם סטאדיום קענען נישט אויפהייבן נאר האלב פון דעם וואג. צו דעם האט מען אריינגעברענגט א ספעציעלן מאנסטעריש ריזיגער קרעין וועלכע קען אויפהייבן ביז צוויי הונדערט טאן, און דאס האט געטאהן דעם ארבעט פון אויפהייבן די ריזיגע באלקענעס צו בויען דעם דאך.

עס זענען אריבערגעלאפן א סעריע פון עלעקטראנישע ווייערס פונקט העכער דעם פלאץ ווי דער סטאדיום איז געבויעט געווארן, און מען האט די ווייערס געמוזט אוועק רוקן פון דארט, אבער רוקן ערגעץ אנדערש איז נישט געווען שייך, האט מען געבויעט א נייעם טונעל, וועלכע לויפט אונטער דעם גאנצן שטח, און דארט האט מען אריבערגעצויגן די ווייערס. אויף צו בויען דעם טונעל האט מען זיך באנוצט מיט א ספעציעלט מאשין וועלכע מען שטעלט צוזאם און ער בויערט ארויס דעם גאנצן לאך פאר דעם טונעל, און ווען דער מאשין רוקט זיך אוועק פון דעם ארט, לאזט ער איבער אונטער זיך א פערטיגן טונעל מיט שיינע צעמענטענע ווענט, גרייט צום נוצן.

אזוי ארום האט לאנדאן באוויזן - מיט די הילף פון טעכנאלאגיע - דאס אומגלויבליכע און האט אים פינף יאר אויפגעשטעלט א גאנצן שטאט, ספעציעל געבויעט פאר די קומענדיגע אלימפיק שפילן, און דאס האט זיי אפגעקאסט שווערע זיליאנען, (כ'ווייס נישט צו מיט א מ', ב' אדער גאר ט').

יעצט אזוי ווי איך ווייס נישט וויאזוי מען ברענגט אהער בילדער אדער קליפס, לאדן איך איין דעם עולם דא צו ברענגען בילדער און קליפס פון דעם, עס דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט, און אזוי אויך ווער עס האט צוצולייגן צו דעם לטובת הציבור ווערט געבעטן דאס צו טאהן.

איך וויל נאר ענדיגן מיט אפאר שאלות, און ווער עס ווייסט איז געבעטן צו ענטפערן, פארוואס לוינט זיך פאר א שטאט צו שפענדן אזויפיל משוגענע סכומים געלט פאר אזא זאך? איז דאס בלויז כבוד? ברענגט דאס געלט אויך? וואס גייט מען טוהן מיט דעם פלאץ נאך די אלימפיקס?

נו רבותי, לאזט אייך הערן...

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר