בלאט 1 פון 1

אראומא - Aroma #1 על שלא ברחו בתורה...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:27 pm
דורך פישלע העררינג
# 1

[center]על שלא ברחו בתורה תחילה...[/center]

[justify]חז"ל זאגן שאלה זו שאלו לחכמים לנביאים למלאכי השרת וכו' מפני מה בניהם של תלמידי חכמים אינם מצויים שיהיו תלמידי חכמים? עד שאמר הקב"ה בעצמו מפני שלא ברכו בתורה תחילה.

היינט זענען דא אידן, שיינע תלמידי חכמים, וואס וואלטן געקענט לערנען מיט די קינדער אליינס ביי זיך אין שטוב צו אין בית המדרש, און זיי אויסשטעלן פאר גדולי עולם. איז אבער היינט א וועלט ווי מען "מוז" שיקן אין ישיבה אריין. "בחור'ל, אין וועלכע ישיבה גייסטו?" קען מען היינטיגע צייטן נישט ענטפערן "איך לערן אין ישיבת 'ושננתם לבניך'".

שיקט נעבעך דער טאטע זיין קינד אין ישיבה. צאלט צו אפאר טאלער ס'זאל זיין א מצויינים ישיבה. און ווארט. און ווארט. און ווארט. מתי יבוא ואראה מיין גרויס צדיק וואס קאסט מיך אפ א הון תועפות.

דער צדיק'ל רוקט זיך אן אהיים נאך א האלב יאר אין ישיבה, און פאפט אפ די אינדערפרי'ס. כיפערט אפ א דאווענען. ווייקט זיך אין מקוה. קאווע'ט אפ אין היכל התורה. מאכט א מחול לצדיקים ביי די אתרוגים הענדלערס. קריגט זיך מיט די געשוויסטער. רעדט מיט'ן טאטע'ן ווי צו א אפגעפליקטע משגיח אין ישיבה. מיינט די מאמע איז די קאך-העלפערין ליל ששי נאך חצות.

"ווי איז מיין רעטורן אן מיי מאני?" רייסט זיך דער תלמיד חכם פון קאפ. איך יצא העגל הזה?

און ער פרעגט זיך וויאזוי קען דאס זיין? א איד א תלמיד חכם, א בר דעת, א נועם המידות, ער וואלט דאך אזוי שיין געקענט מחנך זיין אליינס דאס קינד. ער וואלט געקענט מיט איהם לערנען אזוי ווי אין די שטיבלעך פונדערהיים.

תחת ביליגע צינישע שפעט רייד אויף תבל ומלואו וואלט ער געקענט אריינפרעדיגן אין איהם אהבת התורה ויראת שמים.

תחת אפחוזק'ן פון יעדן ערליכע איד וואלט ער געקענט אויפבויען אמונת חכמים וחרדה לדבריהם.

תחת צו לעבן אן א זייגער ובלי עול וואלט ער איהם געקענט איינגעוואוינען צו זיין א זריז ונשכר וזריזות מביאה לידי וכו'.

תחת צו בלאפן מיט פלפולי הבל וואלט ער מיט איהם געלערנט ראשונים בעיון ביז לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.

תחת א נייע חסידות פון פיקטשערס מיט פאמפע וואלט ער געקענט לערנען מיט איהם ערענסטע ספרי חסידות ודביקות בצדיקים און איהם ברענגן צו אנשי מעשה להתאבק תחת רגליהם.

תחת די פרעכע בחור'ישע געפירעכטס פון אני ואפסי וואלט ער איהם געקענט מחנך זיין צו איידלקייט און יישוב הדעת.

אבער ניין. ער "מוז" איהם שיקן אין ישיבה אריין. ווייל אזוי טוהט יעדער איינער. אנדערש קען ער נישט קיין שידוך טוהן מיט איהם. אנדערש איז ער "אנדערש" און "נישט נארמאל".

וויינט זיך דער תלמיד חכם אויס צו זיין רבי און פרעגט מפני מה בניהם של תלמידי חכמים אינן מצויים שיהיו תלמידי חכמים?!! פארוואס זעהט מיין זוהן אזוי אויס? ער הייסט א "געשמאקע בחור", א "טיכטיגע בחור", א "בחור אויף סטעראוידס", א "לומדישע בחור", א "קאנאן פון א בחור", אלע סארטן שמות הנרדפים, אבער איך קען איהם דאך פון דער נאנט און איך זעה איין דאס שקר מיט א מעגניפיין גלעס!

דער רבי ווייסט נישט וואס צו ענטפערן. אוי לו אם יאמר אוי לו אם לא יאמר.

און ער פרעגט ביי די נביאים. ונביאים למלאכי השרת. ומלאכי השרת להקדוש ברוך הוא.

און דער הייליגע באשעפער זאגט:

על שלא ברחו בתורה תחילה!

"ווייל זיי זענען נישט אנטלאפן פון די ישיבות כדי צו לערנען ערענסט תורה!!"

אנטלויפן ברויך מען!

ווי פון פייער!

ביזט א תלמיד חכם? לערן מיט דיין קינד אליינס!

מאכטס א ויברח!!

"תחילה"! אבער שוין...

דעמאלטס וועט זיין מצויים בניהם של תלמידי חכמים שיהיו תלמידי חכמים.[/justify]

________________
כוונתי רק לעורר מחשבה בענין הזה, ולשמחת (למגינת?) החג. און פארשטייט זיך פאר די מליצה...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 2:55 pm
דורך כוכב
אריין אין שניה לראש ולא לזנב אשכול. די קעפל איז עפעס וואונדערבאר.
שכויעח פישל'ע דו ביזט דער מתחיל במצוה הנוטל שכר כנגד כולם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:07 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
הערליך ר' פישל, א יופי פון אן ארטיקל. די פראבלעם וואס איר לייגט אראפ איז נעבעך זייער ריכטיג, די סאלושאן וואס איר געט איז נישט פראקטיש מילד גערעדט...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:10 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אז מען רעדט שוין, אזוי ווי איך גיי נישט שרייבן קיין ארטיקל מחמת סבות שונות, וועל איך פרובירן צו לייקן און מגיב זיין אקורצע תגובה (אפילו א תגובה של שטות) אויף יעדע ארטיקל אינעם אראומא קאנטעסט,(שטייצעך טויזענט מאל בלי נדר).
ש'כח [tag]כוכב[/tag].

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:18 pm
דורך כוכב
בענזשי איך בין נאכנישט מוותר כווארט און כהאף די אראומע היץ וועט דיר נאך אנכאפן איי וועסטו פרעגן פארוואס כהאב דיך נישט דערמאנט אין ערשטן ארטיקל, זאג איך דיר יא, ווייל כ'האב מורא געהאט וועסטוך נאך אנריקן מיט דארווין אין מיין סוכה און אראפבייסן דעם פיטום פון מיין אתרוג וואס איך דארף נייטיג מיין ורחוק מפנינים זאל געהאלפן ווערן מיט א טלטול שלא לצורך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:22 pm
דורך גאלד
היות כאנישט קיין טראפ צייט נישט צו שרייבן און קוים צו ליינען (חוץ שטייצעך אויב ס'האט א שייכות מיט די סאטמארע צימעס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], דעמאלטס האבעך די וועלטס צייט, ווייל ליידער בינעך נעבעך גוט משוגע לאותו דבר כידוע ליודע חן, נישט מער געדאכט מ'זאל קיינמאל געפריווט ווערן) אשר ע"כ כדי צו געבן א בוסט פאר די שרייבער, טייל איך לייק מוציאס פאר יעדער וואס קאנטריביוט צו אונזער סוכות אראומע, אן קיין שאלות כל הפושט יד נותנין לו, אפי' זאל זיין א בירור אז ר' אהרן איז ערגער ווי יוזל,

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:04 pm
דורך פישלע העררינג
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:הערליך ר' פישל, א יופי פון אן ארטיקל. די פראבלעם וואס איר לייגט אראפ איז נעבעך זייער ריכטיג, די סאלושאן וואס איר געט איז נישט פראקטיש מילד גערעדט...

די נקודה איז אז אויב א טאטע וואלט געוואלט לערנען אליינס מיט זיין קינד איז עס נישט אננעמבאר היינטיגע טעג. עס איז אקעגן די "סטאנדארטן" און "ווירדן" פון די גאס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:20 pm
דורך אפטעמיסט
פישעלע, נו, אז פארשטייסט יא צו חינוך פארוואס עפנסטו נישט קיין ישיבה...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:27 pm
דורך פישלע העררינג
אפטעמיסט האט געשריבן:פישעלע, נו, אז פארשטייסט יא צו חינוך פארוואס עפנסטו נישט קיין ישיבה...

אי"ה, בבוא היום. אם יזכני ה' בבנים חכמים, וישתנה הסטנדרט שזה יהיה דבר מקובל, אז אפתח ישיבת ושיננתם לבניך. כאשר בניי יתפלגו אחר ארוכת ימיי, ייקרא שם ישיבה האחרת ולימדתם אותם את בניכם. ושניהם אמת. אף שלדברי הפוסקים משתאי קרא דושיננתם בלימוד לתלמידים הקרויים בנים וקרא דולמדתם משתאי בלימוד בנים ממש, אבל אין המקרא יוצא מידי פשוטו.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:היות כאנישט קיין טראפ צייט נישט צו שרייבן און קוים צו ליינען (חוץ שטייצעך אויב ס'האט א שייכות מיט די סאטמארע צימעס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], דעמאלטס האבעך די וועלטס צייט, ווייל ליידער בינעך נעבעך גוט משוגע לאותו דבר כידוע ליודע חן, נישט מער געדאכט מ'זאל קיינמאל געפריווט ווערן) אשר ע"כ כדי צו געבן א בוסט פאר די שרייבער, טייל איך לייק מוציאס פאר יעדער וואס קאנטריביוט צו אונזער סוכות אראומע, אן קיין שאלות כל הפושט יד נותנין לו, אפי' זאל זיין א בירור אז ר' אהרן איז ערגער ווי יוזל,

ר' גאלד. דיין סוף פסוק, די סיומא דמילתא שטעכט מיר מיט טויזנט שפיזן. אז ס'איז בכלל דא א בר נש וואס רופט זיך ערליכער איד און קען האבן אזא הגדרה אויף א איד א תלמיד חכם, מרביץ תורה ועוסק בגמילות חסדים בהצנע לכת און א מנהיג פון אן עדה ערליכע אידן. נאר ס'איז ליידער אזא מציאות. אז געוויסע גרופעס ביי אינז זענען מקיים די רש"י במילואו.. רש"י הק' זאגט "שנאה מקלקלת את השורה". נאר דער בלאט טענה'ט אז די בזיונות קומען פון די אגודה ומזרחי. איך בין אבער מחולק מיט עים. לפענ"ד קומען די גרעסטע און די ערגסטע בזיונות פון די בני יואל און די זאלונים. מ'האמיר געזעהן ביי די לעצטע קאנטראווערסיע איבער די דריי בחורים אין א"י, די הרוגים ווען ער האט גערעדט צו די בחורים אין זיין ישיבה. האבן די מענטשן פון דעי צוויי גרופעס געגאסן קיתונות של שופכין אויףעים און עים אנגערופן מיט די ערגסטע נעימען... !

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:58 pm
דורך ברסלבער
פישעלע, זייער שיין און גוט געזאגט. יישר כח.
דער אמת איז אז עס איז דא א מיטל וועג אויך, אויב דער טאטע האלט ביים צולייגן א פינגער אין קאלט וואסער האט ער גענוג צייטן ווען דער בחור איז נישט אין ישיבה וואס ער זאל לערנען מיט אים און אים מאכן פאר א מענטש, נעם למשל אזא צייט ווי יעצט ווען עס איז אפיציעל בין הזמנים און דער בחור גייט אין ביהמ"ד לערנען מיט א חברותא... ווען דער טאטע האט אביסל שכל, געבט ער אוועק פאר זיין בחור אפאר שעה צו פארברענגען און לערנען מיט אים, און נאכדעם וועט ער זיך איינשפארן א ים מיט עגמת נפש.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 6:43 pm
דורך פישלע העררינג
יא, ברסלבער. א אינוועסטמענט אין א קינד איז א אינוועסטמענט אין זיך אליינס!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:36 am
דורך לית דין בר נש
פישלע הערליך שיין הלואי קען מען צריק ברענגען אזא וועלט!
און צו דיר [tag]ברסלבער[/tag] ליידער די בחור נאכן זיין אין ישיבה סיסטעם און די טאטע וויל לערנען מיט אים וועט ער געבן אלע תירוצים בעולם טאטי מיין חברותא ווארט פאר מיר וכו' אלץ צו קענען קוואקען אין די היכל התורה'ס ווי פישלע האט שוין געשריבן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:37 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:55 pm
דורך ברסלבער
לית דין בר נש האט געשריבן:און צו דיר [tag]ברסלבער[/tag] ליידער די בחור נאכן זיין אין ישיבה סיסטעם און די טאטע וויל לערנען מיט אים וועט ער געבן אלע תירוצים בעולם טאטי מיין חברותא ווארט פאר מיר וכו' אלץ צו קענען קוואקען אין די היכל התורה'ס ווי פישלע האט שוין געשריבן

גערעכט. עס איז לאו דוקא לערנען, מען רעדט טאקע פון קוואקן.
איך קען מענטשן וואס האבן געראטעוועט זייערע קינדער דורך דעם וואס זיי האבן פארברענגט און געקוואקעט מיט זיי גאנצע נעכט, וויסענדיג אז אויב נישט וועלן די קינדער גיין פארברענגען ערגעץ אנדערש. און זייער פלאג האט זיך זיי אויסגעצאלט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער סיבה פארוואס א בחור ווערט א צולייגער אין ישיבה איז לאו דוקא דער גאנצע שולד פון דער ישיבה. א בחור, א טינעידזשע"ר זיכט זיך אליינס א פלאץ אין דער וועלט און בשעת'ן ער זוכט ארום שפירט ער באקוועמער ווען ער קען יענעם צולייגען און טוהן וואס ער וויל. ווען אונזער מחנכים וואלטען פארשטאנען ריכטיג וויאזוי צו פארען מיט דער געפיל, אנשטאט'ס דערדרוקען און לייקענען, וואלט מען געקענט עפעס האבן דערפון. אבער טאמער מ'האלט א בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם, איז עכ"פ א בחור בן כח ודעת, וואס פון אזעלכע בחורים האבען מער פראבלעמען אין דער הינזיכט, קען מורד זיין אין זיין טאטע. אזוי איז ער נאר מורד אין זיין משגיח.
ועוד הרבה דיבורים יש בזה. איך האף איין טאג צו נעמען דער מוט צוזאמען צו שטעלען מיין מחשבות איבער ישיבות און בעיקר ישבות קטנות\מתיבתות, ווייל לדעתי איז דאס נישט אויסגעשמועסט געהעריג, און דער עולם האט הנחות אויף וואס זיי בויען טענות ומענות, אן דעם וואס מ'האט מסביר געווען און איבערגעצייגט די הנחות און יסודות. ועוד חזון למועד.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:27 pm
דורך יואב
פישל, געוואלדיגע רייד! פון דיין מויל צום סיסטעמ'ס איך וויל נישט זאגן וואס.

אין "מאמענט"  שבת נחמו, איז גראדע געווען אזא סארט אפהאנדלונג, איבער קינדער.