בלאט 1 פון 1

יידישע ביכלעך

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:42 pm
דורך הערשי
לכבוד חג הסוכות, מעשיות פונעם הימלדיגער שטאט ירושלים, פון דעם האלאנדישער שרייבער און זשורנאליסט, החכם יעקב ישראל דע-האאן (תרמ"א - תרפ"ד).

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 3:57 pm
דורך בר דעת
שיין!
ער זעהט נישט אויס אין דעם ביכל ווי דער צדיק הדור מעסקני העדה החרדית, און אין זיין מעשה איבער דעם אראבישן יונגל סעיד אפאנדי זעהט אויס ווי ער גלייכט דאס קינד...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 4:54 pm
דורך איך אויך
אלטע נייעס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 9:29 pm
דורך berlbalaguleh
בר דעת האט געשריבן:שיין!
ער זעהט נישט אויס אין דעם ביכל ווי דער צדיק הדור מעסקני העדה החרדית, און אין זיין מעשה איבער דעם אראבישן יונגל סעיד אפאנדי זעהט אויס ווי ער גלייכט דאס קינד...

ס'גייט נאך א ביסל טיפער. נאר דאס איז שוין אן אנדער נושא. פאר אן אנדער אשכול. ועיין שם שמדובר באריכות...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
אחד העם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:שיין!
ער זעהט נישט אויס אין דעם ביכל ווי דער צדיק הדור מעסקני העדה החרדית, און אין זיין מעשה איבער דעם אראבישן יונגל סעיד אפאנדי זעהט אויס ווי ער גלייכט דאס קינד...

ס'גייט נאך א ביסל טיפער. נאר דאס איז שוין אן אנדער נושא. פאר אן אנדער אשכול. ועיין שם שמדובר באריכות...!

דיהאן, ער איז דאך געווען א גוי...[ הברה החבדי"ת ] וד"ל.

ניין: קיין גוי איז ער נישט געווען. דוקא האט ער אלס יונגל און בחור באקומען א יודישן חינוך ביי זיינע עלטערן אין האלאנד. נאר שפעטער איז ער אראפ פון דרך און ער האט זיך דערקייקלט, ר"ל אין די מ"ט שערי טומאה. צווישן אנדערע פון זיינע נישט טויגעדיגע אקטן האט ער אויכעט חתונה געהאט מיט א גוי'טע וואס איז געוועין לכה"פ צען יאר עלטער פון איהם. שפעטער איז ער מגולגל געווארן אין א געיגנט אין האלאנד וואס איז געוועין אזוי טהור ווי גרעניטש ווילידזש איז אין מאנהעטן. צווישן אנדערע פון זיינע מעלות האט ער געשריבן זייער א שמוציגע ליבשאפט פאעמע וואס די גוי'אישע צייטונג פאר וועלכע ער האט בשעתו געארבעט האט איהם געמוזט אפזאגן. ווייל זיין שרייבעכץ איז געוועין נישט איידל. בלשון המעטה.
און בכלל זיין קומען קיין ארץ ישראל און מיטארבעטן מיט די עדה החרדית און ר' יוסף חיים זאנענפעלד איז נישט געווען מיט אזאלכע טהור'ע כוונות. נאר פשוט, ווייל ער האט פיינט געהאט די ציוניסטישע פירערס אין א"י, ווייל זיי האבן איהם איגנארירט, און נישט אפגעגעיבן דעם כבוד הראוי לפי ערכו הרמה.
ס'איז דא נאך א חלק אין וועלכן איך וויל נישט אריינגיין בפרטיות, וואס האט אויפגעוויזן אז לויט זיינע מעשים איז ער געוועין גאנץ א קנאפער קדוש וטהור. און דאס וואס די ציוניס'טישע בריונים האבן איהם געשאסן איז, ווייל ער האט זיי געמאכט גרויס שאדן. און ער האט דאס אלעס נישט געטון ווייל ער איז געווען א קנאי. נאר פשוט אלס נקמה וואס זיי האבן איהם מבזה געוועין. און זיי האבן אפילו געפרובירט זיך איינטענה'ן מיט איהם ער זאל זיך אפלאזן פון זיי. נאר ער האט זיך אויסגעלאכט פון זיי...ס'איז בבחינת, ווען איינער פארטשעפעט זיך מיט די מאפיא און זיי ווארענען עים און ער לאכט זיך אויס פון זיי. און ווען ער ווערט ח"ו געשאסן, ווערט ער נאכנישט קיין קדוש מיט דעים...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 1:40 am
דורך אחד העם
ניין: קיין גוי איז ער נישט געווען

קען זיין אז גוי און די חסידישע הברה איז ער נישט געווען, אבער גוי מיט די חבד'סקע הברה איז ער יא געווען...וד"ל
אפשר האט בערל אויך דאס געמיינט
שפעטער איז ער מגולגל געווארן אין א געיגנט אין האלאנד וואס איז געוועין אזוי טהור ווי גרעניטש ווילידזש איז אין מאנהעטן. צווישן אנדערע פון זיינע מעלות האט ער געשריבן זייער א שמוציגע ליבשאפט פאעמע וואס די גוי'אישע צייטונג פאר וועלכע ער האט בשעתו געארבעט האט איהם געמוזט אפזאגן. ווייל זיין שרייבעכץ איז געוועין נישט איידל. בלשון המעטה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 2:32 am
דורך אחד העם
אינה דומה שמיעה לראיה