אראמע 5 - אכן כפרות העם!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 9:54 pm
וואס גיי מיר שרייבן עפעס גוטס? א בר דעת האט אייביג א פראבלעם ווייל מרוב דעת ווייסט ער נישט וואס צו שרייבן. זאל איך שרייבן א גרויסע חידוש אין מאטעמאטיקס און זיך ארומטענה'ן דערויף מיט פארוואס און געפילטע פיש, אדער זאל איך שרייבן היסטאריע און זיך אמפערן מיט ראובן, אפשר גאר פילאסאפיע און זיך שטעלן מיט לעיקוואד אויף איין בימה.
אבער אז כוכב מאכט גרינגער דאס לעבן דורך קובע זיין, גדר גדר, חוק חקק און אלעס איז גרינגער איך גיי שרייבן איבער די "סיסטעם". פעח, א מיאוסע נאמען לאמיר עס רופן סאציאלאגיע.
אלזא, לאמיר שרייבן עפעס וואס איך האב נארוואס געקלערט:
אסאך פון אונז, אידן וואס לעבן אין די וועלט, אידן וואס האבן אפענע אויגן, טוט אונז ווי די צמצום המוחין, די צוואנג און מח שווענקונג. רעליגיעז? אוודאי רעליגיעז! אבער מיט חכמה בינה ודעת. מיר ווילן לערנען תורה, די גאנצע תורה, תנ"ך, ספרי חכמי הדורות, די היסטאריע פון כלל ישראל, די שרשים פון הלכה ומנהג און די מקור פון יעדע מנהג. הלכה כמו שהוא אן אלע הוספות און טפשות פון "בטח יש לזה מקור גדול" וכדומה. מיר ווילן צוגיין צו אידישקייט מיט אהבה אבער אויך מיט נאמנות. מיר ווילן קענען די כלה, און נישט וואוינען מיט איר אין די פינסטער שמא יראה בה דבר מגונה ווען מען וועט איר אנקוקן.
אונזער פאזיטיוויזם וויל אונז מאכן גלייבן אז ITS GETS BESSER און מיר לעבן אין די באבל אז היות מען טרעפט אסאך בעלי דעת וואס זענען אומצופרידן מיט אסאך אספעקטן אין אונזער צעמישטע און קראנקע סיסטעם, דעריבער חלום'ט מען אז עס וועלן געשעהן טוישן.
רבותי, מיר מוזן טון איין זאך צוריק צו לאנדן אין די עולם המציאות, ארויסקומען פון לא-לא לענד. מיר דארפן א קוק טון אין דער איד און דער בלאט און עס כאפט אן אימה חשיכה!
איר חלום'ט אז מיר לעבן אין א שטיקל רענאסאנס, וועק זיך אויף און שמעק דער בלאט.
מיש בלאט נאך בלאט און זעה חזיר'יי געמישט מיט טפשות און בעיקר אכשר דרא'דיגע שמוץ וואס איבעלט.
איך הייס נישט בערל בעל עגלה און איך בין נישט ביזי מיט מנשה פילאפ א גאנצן טאג, אבער אז מען קוקט אין דער איד זעהט מען נישט מער און נישט ווייניגער מנשה פילאפ האקט אריין אינעם חטא הידוע!
רבי איד?! דאס איז א צייטונג! א פריקינ צייטונג!
דאס איז א קאמפעטישאן מיטן ניו יארק טיימס און נישט מיטן חידושי תורה תשט"ז. ער קרעכצט אריין אינעם חטא הידוע. איז איין איינציגע מאל געווען אין די היסטאריע פון אידישע זשורנאליזם אז א שטינקעדיגער כניאק זאל אריינדוכן'ען איבערן חטא הידוע?
נישט סנדר דייטש, נישט חיים משה שטויבער אין דער איד, אוודאי נישט אהרן ראזמארין אדער אוריאל צימער, נישט יודא לייב לעווין אדער ישראל פרידמאן פון המודיע און המבשר, און אפילו נישט חיים קאצנעלבויגן פון החומה!
ר' איד דאס איז א צייטונג!
מישט מען אריבער די בלאט, רבנים זיצן און טרעפן ווערים.... שוין ווייטער! דאסמאל אין די אראנדזשעס, גרעיפ פרוכט און לעמאנס. רבי איד! עס איז פריקין אראנדזשעס!
הער אויף טרעפן ווערים! גאפעל אפ פון דא די קראנקער זכר!!!!!!!!!!!!!!!! איך וויל עסן פרוכט!!!!!!!!!!!!!!
אויב ענק לאזן נישט נאך פון מיינע מאראנצן גיי איך שוין צוריק צו סעלערי און עספאראגוס. חמורים! איר זעהט נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס! קריכט אראפ, עס איז נישט קיין ווערים, מאכט א כחא דהיתרא און הייבט מער נישט אויף די טעלעפאן אויף דעם ארבעטסלאזער יונגערמאן דער פריקין "מומחה לבדיקת תולעים" וואס טרעפט ענק אלע ווערים!
און מען מישט די בלאט און אט: די חטוטי שכבי, אוי די פריקין חטוטי שכבי!
רבי איד!!!!!!!!!!!!!!! יא, איך ווייס עס איז דא א פייט צווישן דער גאב"ד און ראב"ד, און די גראב"ד און זיי האבן א פריקין מערכה איבער ספק ביינער פון ספק מענטשן, ואם תמצי לומר מענטשן ספק גויים ספק אידן. אויף א ריזן שטח ווי מען דארף בויען דירות.
שטייט טשאטער רב יעדע פינף מינוט, טוט זיך אן א קיטל, און יאמערט ווי א פריקין אקס איבער חטוטי שכבי און רעדט איבער די שליח פונעם חזון איש שמידל און דערמיט פארעענטפערט א סמיכות ר' תנחום. זיצן ארום מחנות אידן מיט פארגלייזטע אויגן און מען קרעכצט אריין!
ר' איד!!!!!!!!!!!!!!!!!!! דער עולם האט אסאך קינדער און מען בויעט זיי דירות און עס איז איבעראל דא עפעס ביינדלעך, לאז שוין געמאך!!!!!!
אריבער די בלאט איז דא א נייעס אז מלמדים און טיטשערס טארן נישט האבן טעקסט. יא, מלמדים פון קינדער פון 2014 דארפן לעבן אין 1989 און ווער ווייסט ווי מען קען אלס אנקומען אויב מען נוצט טעקסט!
איך געדענק נאך ווען מען האט דאס געזארגט אויף בילדער, אויף די באן, אויף מעסערס מיט זעגעלעך און אויף מאטיאש הערינג!!!!!!!!!!!!! לאז אפ, מען קען נישט צוריקפירן די וועלט!!!!
און די ארגסטע פון אלעס: די מדינה הציונות שטערט די הייליגע מצוות הכפרות, געוויסע גדולים זאגן אז עס איז א גזירת השמד וואס מען איז מחוייב יהרג ואל יעבור, ווייל עס איז ערקתא דפריקין מסאני!!!!!!!
רבי איד!!!!!!!!!!!!! מיר לעבן אין 2014 הער שוין אויף מיט די גרויליגע רעטאריק!!!!!!!!
און די גאנצע כפרות, שטייען יונגעלייט שלא קרו ושמשו הרבה יותר מדי, ליידיגע קעפ און שלאגן כפרות, מיט באזונדערע פאר זכר, נקבה, טומטום און דו מיני. העי!!!!!!!! מען דארף נישט!
רוב ראשונים ואחרונים זענען דערקעגן, עס איז א גרויליגע מנהג של טפשות! עס איז ממאס אונזער פנים ביי יעדן בר דעת, עס איז צער בעלי חיים, אבער דער עולם גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין!
אלזא, קיין האפנונג איז נישטא!
אכן כפרות העם!
עס האנדלט זיך פון עמי ארצים גמורים וואס ווילן נישט וויסן קיין שום הלכות, קיין שרשי המנהגים, קיין עכטע תורה, נאר פריקין קיצורי הלכות און קיצורי מנהגים און מען ווייסט איין זאך :מען טאר זיך נישט רוקן פון די פריקי'ן באבעס!
אלזא, אויפגעקלערטע, דער עולם האלט נישט דערביי!
אכן כפרות העם!
און ווי האט ר' אברהם ברוך בראווער געזאגט: אייזקרעם וועלט איר? במדבר הזה יפלו פגריכם!