בלאט 1 פון 1

אראומע #14 — הללוהו כל כוכבי אור

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:34 am
דורך אפטעמיסט
פאראכטונגסווערד ס'לעבן
נוח לו שלא נברא,
דאס בין איך —
איש עברי.

האס די סיסטעם
נישט מקבל מרות,
דאס בין איך —
יואב איש כפרות.

א פריקין ארטיקל
נישט קיין שפאס,
דאס בין איך —
בר דעת.

טויט פאר ישיבות!
דאס איז דער רעטער,
דאס בין איך —
העררינג איש בלעטער.

פאעזיע מיט ליבע
נישט קיין נאנסענס,
דאס בין איך —
רויטע וואנצעס.

אומשולדיגע ארטיקל
פעסטע רבי אין שפאן,
דאס בין איך —
שטילע אינגערמאן.

תורה ומחשבה
ברענגט ארויף די ניווא,
דאס בין איך —
ראש הישיבה.

אבער... פאר איינעם נאר
איך פגר איך שוכב,
און דאס איז ער —
דעם פריקין כ-ו-כ-ב!


אי לאו האי
כוכב זעיר,
כמה כתבות
איכא בסאיר!

ברענגט אהער
כוכב אויף א טשוואק,
כ'וויל אים גיבן
א קיש אין באק.

וואויל איז אונז
מיט אזעלכע שטערנס,
און וואויל פאר זיי
כוכב'ס פערענטס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 10:48 am
דורך איך אויך
דער פריקין כאפט זעך פריקין אריבער מאשכול לאשכול שנעלער ווי די איבאלע קרענק ,פריקי!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 11:26 am
דורך סאו וואט
איך אויך האט געשריבן:דער פריקין כאפט זעך פריקין אריבער מאשכול לאשכול שנעלער ווי די איבאלע קרענק ,פריקי!


טאקע אט אויף דאס האב איך מיך געקלאפט ביים על חטא ביום קדוש.

על חטא שחטאנו לפניך בפריקין עול...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 12:33 pm
דורך יואב
איך אויך האט געשריבן:דער פריקין כאפט זעך פריקין אריבער מאשכול לאשכול שנעלער ווי די איבאלע קרענק ,פריקי!

יא יא, אמאליגע צייטן, ווען יואב איז געווען ווי א סינאנים צום דאזיגן ווארט, האט מען אים אויסגעלאכט, מ'האט געזאגט ס'וועט שוין פון אזא ווארט גארנישט ווערן, צו וואס טויגט דאס, וואס פעלט עס אויס. אבער ווי זאגט דער פסוק: רבות מחשבות בלב איש, "אבער" (מלשון הלילה הזה פון דער מה נשתנה. ) ועצת השם, הוא תקום. השם קען זיין מלשון שם, ס'טייטש מ'האט זיך געלאזט איבעררעדן פון דעם ווארט זעלבס, געהערט וואס ער עצה'ט,  זיינע צויבערהאפטיגע באדייטן, און די ברייטע בענעפיטן מ'וועט קענען ארויסשארן פון עמען, וכך הווה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:34 pm
דורך שפתים ישק
שפתים קישאקTM!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:41 pm
דורך כוכב
היות איך בין פארנומען מיט א פראיעקט (אראומע הייסט עס, וואטעווער, אויף קאווע שטיבל, נע, איך שרייב קיינמאל נישט בלויז מיין חברס חבר שיקט מיר אמאל ארטיקלען פון דארט) האב איך נישט קיין צייט אנצונעמען די אפלאדיסטן, באט איטס גרעיטלי אפרישיעיטעד ועוד חזון.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:50 pm
דורך איש עברי
[tag]אפטעמיסט[/tag] אזא אהבה אויסבראך! איך שפעקוליר צו ס'קומט נישט אין מאחורי...
אבער כוכב פארדינט עס ערליך

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 1:59 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
ביוטיפול, דאס איז די בעסטע בית, לדעתי הקלושה.
אפטעמיסט האט געשריבן:אי לאו האי
כוכב זעיר,
כמה כתבות
איכא בסאיר!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:45 pm
דורך אפטעמיסט
נאר העפטיגע זיצונגען אין די אפיסעס פון ק"ש בין איך מיט מיין קאלאגע באריסטא (קעלנער איז געזעצן אין דער זייט) געקומען צום החלטה צו נאמאנירן דעם אומזעצבארער שפיז-שפיציגער פייערדיגער [tag]כוכב[/tag] אלס:

[center]ניק פונעם יאר![/center]

כוכב האט באוויזן דאס אומבאווייזבארע און פארפלייצט אונזער שטיבל מיט אשכולות כחול הים אשר לא יספר מרוב. בשעת וואס טייל זענען פארנומען בדברים של מה בכך און לויפן ארום קויפן פריקין רינגלעך פאר די לולבים און שמאנצעס פאר נוי סוכה, איז דער כוכב געזעצן און זיך ממית געוועהן באהלה של אראומע און געדזשעמד דעם סייט מיט די פילע סחורה.

כוכב וועט פאראייביגט ווערן בסיפרן של צדיקים אלס דער מעין המתגבר ונהר שאינו פוסק. דער טו טואזענט ענד פורטין בן עזאי בשוקי טבריה! דיין קוראזש האט געבראכן אייזן, שלאקס און קיישעליך און אין סאמע פארנומענסטע סיזען פון יאר איז ק"ש אויף א מצב ווי קיינמאל ביפאר! ממש לא בא כבושם הזה!

כוכב, אנטשולדיגט פאר'ן נישט מאריך זיין כראוי.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:48 pm
דורך כוכב
חברה די פארטי האט זיך נאכנישט אנגעהויבן, די אויוון בראט מיט הייסע געבעקסן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 3:51 pm
דורך Ben-Shishim
To the Star of this Forum

999 Hoidoas done
What will number 1000 be ?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:46 am
דורך אויסגערוט
איך אויך האט געשריבן:על חטא שחטאנו לפניך בפריקין עול...

כאכאכאכא גוט...