בלאט 1 פון 1

וואס איז בעסער: מער שפראכן אדער ווייניגער?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:05 pm
דורך קרעמער1
ס'איז פארהאן היינט אויף דער וועלט ארום דריי טויזנט נאטירטע שפראכן, וואס די רוב דערפון איז אין געפאר פון אונטערגיין
צום ביישפיל אין קאנאדא אליינס איז דא ארום זיבן הונדערט שפראכן וואס איטליכער ווערט גערעדט ביי ווייניגער ווי הונדערט מענטשן

איך גלויב נישט אז מ'קען צופיהל עפעס טוהן דערצו, די פראגע איז נאר ווי אזוי מען זאל פיהלן דערוועגן

אלס איינער וואס רעדט און שרייבט אין א שפראך וואס איז א מינאריטעט, האט ליב היסטאריע און פארשידענע קולטורן און בכלל לענדער און שפראכן; ווילט זיך זאגן אז ס'איז א ווייטאג און ס'ווילט זיך זאגן מ'זאל אנווענדן אלע מיטלען אפצוהיטן ווי מער שפראכן

און מ'זעהט טאקע אזוי כסדר אזעלכע ארטיקלען אין די פרעסע
למשל ער פאדערט אז אפילו די דיאלעקטן זאל מען אנהאלטן http://yiddish.forward.com/articles/177 ... k-dialect/

פון די אנדערע זייט אבער, איז דא א שטארקע סברה אז דאס איז דער סדר העולם: פעלקער און שפראכן ווערן נאטורליך פארשווינדן
און נאכמער, מ'קען אפי' טענה'ן אז פאר די וועלט איז בעסער ווי ווייניגער שפראכן
ס'מאכט מענטשן זאלן זיך בעסער פארשטיין, די וועלט ווייניגער קאמפליצירט און איז בכח צו טראגן ווערדפולע אידעאלן אוניווערסאל

אט למשל גיבט א קוק אויף ענגליש, די דריי גרויסע לענדער ווי ס'איז די הויפט שפראך (יו. עס., יו. קעי. און אוסטראליע) פארשטייען זיך די בעסטע און האבן געמיינזאמע אינטערעסן
און אויף אן ענליכן פארנעם איז עס מיט ספאניש און פראנצויזיש

איז ווען מ'קען רעדן צום אראבער פשוט אויף זיין מאמע לשון וואלט נישט געווען גרינגער די גאנצע דיפלאמאטיע?
וואלט ער דען נישט געווען מער וויליג צו פארשטיין אנדערע?

יעדנפאלס, עקספערטן זאגן סיי ווי אז ביז ארום פופציג צו הונדערט יאר וועלן די פינעף גרויסע שפראכן, אין שפיץ פון ענגליש, באהערשן די וועלט
אבער ס'האט א שטיקל פירכא, ווייל די רעגירונגען אין קליינע לענדער וועלן מסתמא נישט וועלן אפיציעל טוישן שפראכן
און זיי זענען בכוח צו צווינגען וואס מ'זאל לערנען אין די שולעס

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:16 pm
דורך פארוואס?
אידיש איז איינס פון די פינף גרויסע שפראכן?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 11:40 am
דורך Nanach
קרעמער1 האט געשריבן:ס'איז פארהאן היינט אויף דער וועלט ארום דריי טויזנט נאטירטע שפראכן, וואס די רוב דערפון איז אין געפאר פון אונטערגיין
צום ביישפיל אין קאנאדא אליינס איז דא ארום זיבן הונדערט שפראכן וואס איטליכער ווערט גערעדט ביי ווייניגער ווי הונדערט מענטשן

איך גלויב נישט אז מ'קען צופיהל עפעס טוהן דערצו, די פראגע איז נאר ווי אזוי מען זאל פיהלן דערוועגן

אלס איינער וואס רעדט און שרייבט אין א שפראך וואס איז א מינאריטעט, האט ליב היסטאריע און פארשידענע קולטורן און בכלל לענדער און שפראכן; ווילט זיך זאגן אז ס'איז א ווייטאג און ס'ווילט זיך זאגן מ'זאל אנווענדן אלע מיטלען אפצוהיטן ווי מער שפראכן

און מ'זעהט טאקע אזוי כסדר אזעלכע ארטיקלען אין די פרעסע
למשל ער פאדערט אז אפילו די דיאלעקטן זאל מען אנהאלטן http://yiddish.forward.com/articles/177 ... k-dialect/

פון די אנדערע זייט אבער, איז דא א שטארקע סברה אז דאס איז דער סדר העולם: פעלקער און שפראכן ווערן נאטורליך פארשווינדן
און נאכמער, מ'קען אפי' טענה'ן אז פאר די וועלט איז בעסער ווי ווייניגער שפראכן
ס'מאכט מענטשן זאלן זיך בעסער פארשטיין, די וועלט ווייניגער קאמפליצירט און איז בכח צו טראגן ווערדפולע אידעאלן אוניווערסאל

אט למשל גיבט א קוק אויף ענגליש, די דריי גרויסע לענדער ווי ס'איז די הויפט שפראך (יו. עס., יו. קעי. און אוסטראליע) פארשטייען זיך די בעסטע און האבן געמיינזאמע אינטערעסן
און אויף אן ענליכן פארנעם איז עס מיט ספאניש און פראנצויזיש

איז ווען מ'קען רעדן צום אראבער פשוט אויף זיין מאמע לשון וואלט נישט געווען גרינגער די גאנצע דיפלאמאטיע?
וואלט ער דען נישט געווען מער וויליג צו פארשטיין אנדערע?

יעדנפאלס, עקספערטן זאגן סיי ווי אז ביז ארום פופציג צו הונדערט יאר וועלן די פינעף גרויסע שפראכן, אין שפיץ פון ענגליש, באהערשן די וועלט
אבער ס'האט א שטיקל פירכא, ווייל די רעגירונגען אין קליינע לענדער וועלן מסתמא נישט וועלן אפיציעל טוישן שפראכן
און זיי זענען בכוח צו צווינגען וואס מ'זאל לערנען אין די שולעס

יעצט באגעגנט די אשכול.
די נקודה אז ווייניג שפראכן פארשטייט מען זיך בעסער איז ריכטיג, אבער מצד שני ווען א שפראך ווערט פארלוירן ווערט צוזאמען פארלוירן אלע געשריבענע, געצייכענטע ווערק אין די שפראך וואס מען קען שפעטער באוויינען ( קוק למשל די שפראכן וואס די ארכעאלאגן טרעפן היינט)
לכאורה וואלט די בעסטע עצה געווען צו פרעזארווירן יעדע שפראך גוט אין אפאר מעזיעמס און ארכיון

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:17 pm
דורך קאך_לעפל
מ'זאגט נאך אויף נחום סאָקאָלאָוו, זאל ער זיין א גוטער אין דער ערד ליגער. אז ער איז געווען באהאווענט אין איבער 15 שפראכן, און אלעס האט ער גערעדט אויף אן היימישן אידיש...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 5:50 pm
דורך בן נון
שפראך איז א מיטל פאר קאמיונעקאציע און נישט קיין דבר בפני עצמו
פון די תורה זעט מען אז אסאך שפראכן איז א קללה ווי מיר זעען ביים דור הפלוגה ווי עס איז געווען ווי א עונש
ווי געשמאק וואלט געווען ווען איך וואלט געקענט אלע שפראכן און וויפיל מער געשמאק וואלט געווען ווען אלע רעדן איין שפראך
אז אהפך כלום לשפה אחד בב”א

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 12:21 am
דורך berlbalaguleh
בן נון: דער פסוק וועלכן דו ציטירסט מיינט נישט פיזיש. ס'מיינט ברוחניות. מער עפ"י משל. אזוי ווי מ'זאגט אין ענגליש אויף עטליכע מענטשן..."אז זיי זענען אויף איין פעידזש"...!

ס'איז אמאל אריינגעקומען צו א געוויסן פארצייטישן רב א איד א משכיל, וועלכער האטציך פארגעשטעלט און בארימט אז ער רעדט 4 שפראכן. האט איהם דער רב געזאגט..."דאמאלס ביסטו א קוה"...פרעגט ער פארוואונדערט...וואס הייסט...?! ענטפערט איהם דער רב..."רש"י זאגט דאך אז..."כי משמש בד' לשונות"... אויב דו רעדסט פיהר שפראכן ביסטו א קוה/כי...!
.לויט דעם פשט ביניך. אני הקטן א קוה + 2 מיט א האלב...!
+2 ואלו הן...!

* אונגאריש * האלב רוסיש (וועלכע האלב? פרעג בעסער נישט...לאל) *ספאניש *פראנצויזיש * ענגליש * אידיש* לשה"ק/עברית

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 1:19 am
דורך תרמב
לשון הקודש און עברית זענען צוויי אנדערע שפראכן...... לשון הקודש קומט פון בארג סיני אדער ערגעץ דארט אין געגנט, און עברית קומט סטרעיט פון גיהנום........

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 9:04 am
דורך berlbalaguleh
תרמב: ביטע בארואיג דיך. עברית איז זייער א קלוגע שפראך. באזירט 99% אויף תנ"ך און ש"ס בבלי וירושלמי ומדרשים. ווער די מחברים זענען געווען עמיר יעצט נישט רעדן. אבער ס'האט דאך א חשיבות...! פאר מיר האט עס (עברית) אפילו געהאלפן צו בעסער פארשטיין גמרא...!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 10:58 pm
דורך היסטאריע
berlbalaguleh האט געשריבן:בן נון: דער פסוק וועלכן דו ציטירסט מיינט נישט פיזיש. ס'מיינט ברוחניות. מער עפ"י משל. אזוי ווי מ'זאגט אין ענגליש אויף עטליכע מענטשן..."אז זיי זענען אויף איין פעידזש"...!

ס'איז אמאל אריינגעקומען צו א געוויסן פארצייטישן רב א איד א משכיל, וועלכער האטציך פארגעשטעלט און בארימט אז ער רעדט 4 שפראכן. האט איהם דער רב געזאגט..."דאמאלס ביסטו א קוה"...פרעגט ער פארוואונדערט...וואס הייסט...?! ענטפערט איהם דער רב..."רש"י זאגט דאך אז..."כי משמש בד' לשונות"... אויב דו רעדסט פיהר שפראכן ביסטו א קוה/כי...!
.לויט דעם פשט ביניך. אני הקטן א קוה + 2 מיט א האלב...!
+2 ואלו הן...!

* אונגאריש * האלב רוסיש (וועלכע האלב? פרעג בעסער נישט...לאל) *ספאניש *פראנצויזיש * ענגליש * אידיש* לשה"ק/עברית


איר האט פארגעסן אראמיש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:19 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: ניין. אראמיש (תרגום לשון) קען איך נישט. אויסער א פאר ווערטער. די ווערטער פון תרגום אונקלוס וואס איך פארשטיי יא זענען נאר אין קאנטעקסט פון די פסוקים. די אראמיש פון די גמרא איז נאר אן אראמישער דיאלעקט. מיט א געמיש פון לשון הקודש/עברית...!