בלאט 1 פון 1

אינוועסטירונגען

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 11:08 am
דורך הערשל
אינטערעסאנט אז ס'נאכנישט דא אן אשכול וואס זאל ארומרעדן איבער וואו עס איז גוט צו אינוועסטירן וכד'. מעגליך אז דער עולם וויל נישט סתם האקן אין קאפ איבער ענינים וואס מען איז נישט אזוי באקאנט און וואס איז זייער שווער פאראויסצוזאגן.

די נושא ברענג איך יעצט ארויף, סיי ווייל עס קען זיין נוצבאר ארומצורעדן איבער גוטע אינוועסטמענט פלענער, און וואס האט היינט געכאפט מיין אויג איז אן ארטיקל אינעם נ"י פאסט וואס באשרייבט די גאר גוטע אינוועסטמענט פון די טעקסי מעדאליאנ'ס, וואס וואקסט אין אבנארמאלע הויכקייטן.