בלאט 1 פון 1

שטערנבוך

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:55 am
דורך הערשי
[justify]איך טו גראטולירן @כוכב און אלע חשובע שרייבער וועלכע האבן בייגעשטייערט צו אראמע. באמת דאס הארץ קוואלט מיר צו זען קאווע שטיבל שפרודלן מיט אידיש ליטעראטור. פאר איך גיב דעם איינדרוק ווי אן אלטער פוילישער יידישיסט באזוכנדיג דאס ערשטע מאל וויליאמסבורג, וויל איך קלארשטעלן אז בתוך עמי אנכי יושב. דאך, איך האב הנאה, און איך זאג עס. ליידער האב איך זעלבסט נישט געקענט צוגעבן עפעס נופך, ווייל איך האב אקורשט געשריבן סאפיע, און כ'האב געשפירט א חוב צו דערהיינטיגן דאס שטיבל איבער דעם אנגיינדיגן מגיפה. אזוי אז ס'איז מיר נישט פארבליבן קיין צייט אויף עפעס זאכליך.

איך בין אבער נישט געקומען דא סתם שלוקצען. איך האב א פארשלאג. פארוואס זאלן מיר אלע נישט עפעס לייזן פון אונזער ווערק? די קאליבער פון די ארטיקלען דא (מיט לייכטע דעריגירונג) איז נאך אויף אזוינע שטאפלן ווי די אנדערע סחורה אויפן מארק, אויב נישט בעסער (אודאי בעסער!). טא, לאמיר אפדרוקן דאס אלעס אויף גלאנציג פאפיר, צופאסן שיינע בילדער, צוציענדע גראפיקס, און היידא, א מאגאזין.

שטייצעך אויף דעם יו"ט איז דער באן שוין אפגעפארן. ס'איז אבער קיינמאל צו פרי צו פלאנען אויף פסח. אט איז מיין פלאן.

א) מען פארעמט א קאמיטע פון דריי הדיוטים גבאים.
ב) גבאים זענען פאראנטווארליך אויף אלעס, אריינגערעכנט, הגהות והערות, דאס דרוקן, דאס פארשפרייטן, רעקלאמעס, און דאס געלט.
ג) קאמיטע באשטימט א דעדליין, למשל ר"ח ניסן.
ד) יעדער מעג שרייבן.
ה) ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אויפן געוועב פאר פסח וועלן ארויספאלן.
ו) נאך פסח וועלן די שרייבער ארויפשטעלן זייערע ארטיקלען אויפן שטיבל.
ז) די הכנסה אראפגערעכנט די הוצאות איז דער ריווח.
ח) גבאים באקומען 20% רווחים.
ט) דער עולם טיילט לייקס פאר די שרייבער ביז ר"ח אייר.
י) אכציג פראצענט פארדינסטן ווערט פארטיילט פאר די שרייבער לויט די פראצענט לייקס.
יא) די גבאים באשטימען ווער ס'האט א זכות צו לייקן.
יב) די גבאים טיילן אויס מוציאס פאר די שרייבער, אויף וועלכן אופן ער וויל. דירעקט, דורך א חבר, אדער דורך א דעד-דראפ.
יג) און דאס וויכטיגסטע, מ'וויילט פאר א פאסיג נאמען ביז חנוכה (מיין הצעה איז שטערנבוך, על שם סטאר-בוקס קאווע, על שם דער שטערן, על שם @כוכב, על שם בוך, ועל שם דבר אחר).

וואס זאגט איר צו מיין עצה? מ'קען מרים זיין קרן השטיבל און נישט דערלייגן. אפשר וועט מען נאך אריינכאפן אן איסור אויך און די סעילס וועלן שטייגן.[/justify]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:00 am
דורך לית דין בר נש
איך האב א זכות צו לייקן?
אז נישט שיק עס מיר צריק certified

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:06 am
דורך פארוואס?
און אפשר שטערנ-בוך, ע"ש הניק [tag]כוכב[/tag], הואיל והיה בעצה תחילה..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:12 am
דורך פליקער
הערשי איך בין פאר דיין עצה, חי יהא כדבריך.

אגב דיין שריפט איז זייער ליבלעך, פראפעסיאנאל, איך לייק דיין סטיל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:15 am
דורך קאווע טרינקער
מ'קען נוצען די לאגא פון ספרי הראב"ד שליט"א?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 1:29 am
דורך פישלע העררינג
טייל ארטיקלען דא זענען "היימיש" און בלויז אינטרעסאנט פאר די היימישע ניקס. למשל ווי מען קאנגראטולירט זיך מיט גראמען און ווערטלעך. אין א מאגאזין האט עס נישט קיין טעם. אפגערעכטצער ארטיקלען אנדעם וואס א לעזונג זאל מיטקומען און אנעליזירט ווערן, און א פלאן פאר אימפלימענטאציע, איז נישט אינטרעסאנט פאר א מאגאזין. די גבאים וועלן מוזען ארבעטן צו געבן אנווייזונגען פאר שרייבער וויאזוי צו פארבעסערן און פאראינטרעסאנטעווען זייערע ארטיקלען. עס איז א ארבעט וואס מען ברויך טויגען דערצו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 6:58 am
דורך כוכב
געוואלדיג שבגעוואלדיג אויסער י) איז נישט פרקטיש מ'קען נישט מעסטן לויט לייקס ס'קען ווערן קאמפליצירט די גאנצע מעשה און א זשאדזש וועט מוזן ציילן די דימפל טשעדס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 8:38 am
דורך אראנדש קאונטי
אלס מורא פון קאמפעטישען איז בעסער א שנעלע געכאפטע זאך, ווי א באזעסענע ארבעט, און דער קאמפעטישאן שטעלט אויך עפעס צו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:46 am
דורך הערשי
פישל'ע העררינג האט געשריבן:טייל ארטיקלען דא זענען "היימיש" און בלויז אינטרעסאנט פאר די היימישע ניקס. למשל ווי מען קאנגראטולירט זיך מיט גראמען און ווערטלעך. אין א מאגאזין האט עס נישט קיין טעם. אפגערעכטצער ארטיקלען אנדעם וואס א לעזונג זאל מיטקומען און אנעליזירט ווערן, און א פלאן פאר אימפלימענטאציע, איז נישט אינטרעסאנט פאר א מאגאזין. די גבאים וועלן מוזען ארבעטן צו געבן אנווייזונגען פאר שרייבער וויאזוי צו פארבעסערן און פאראינטרעסאנטעווען זייערע ארטיקלען. עס איז א ארבעט וואס מען ברויך טויגען דערצו.


אמת, שרייבווערק וועלן דארפן זיין אינטערעסענט פארן אלגעמיינעם עולם.
גבאות וועט נישט זיין קיין לייכטע אויפגאבע, אבער דערפאר שטייט מען דאך אויס צו פארדינען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:53 am
דורך הערשי
כוכב האט געשריבן:געוואלדיג שבגעוואלדיג אויסער י) איז נישט פרקטיש מ'קען נישט מעסטן לויט לייקס ס'קען ווערן קאמפליצירט די גאנצע מעשה און א זשאדזש וועט מוזן ציילן די דימפל טשעדס.


דימפל טשעדס? כ'האב געהאלטן איר זענט יונגער.
מ'דארף האבן א געוויסע וואגשאל צו מעסטן קוואליטעט. איינס ס'איז נישט קיין יושר אז איינער וועלכער האט אריינגעלייגט כוחות אין פארש ארבייט זאל נישט קריגן מער ווי א צווייטער וועלכער האט אפקלאוויאירט א פעליטאן אין א קארגע שעה. צוויי, אפילו א גאר טיפע ארטיקל האט נישט קיין פינאנציעלע ווערד אויב עמך ווייסט עס נישט ווי אפצושאצן. לייקס פון חבירים דא דארפן אפצושפיגלן די מיינונג פון גאס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:55 am
דורך הערשי
אראנדש קאונטי האט געשריבן:אלס מורא פון קאמפעטישען איז בעסער א שנעלע געכאפטע זאך, ווי א באזעסענע ארבעט, און דער קאמפעטישאן שטעלט אויך עפעס צו.


קאמפאטישן דמאן? ס'איז נישט קיין קאנקורענץ, ווייל יעדע מאגאזין שרייבט עפעס אנדערש און מ'קען קויפן ביידע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:20 pm
דורך כוכב
הערשי האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:געוואלדיג שבגעוואלדיג אויסער י) איז נישט פרקטיש מ'קען נישט מעסטן לויט לייקס ס'קען ווערן קאמפליצירט די גאנצע מעשה און א זשאדזש וועט מוזן ציילן די דימפל טשעדס.


דימפל טשעדס? כ'האב געהאלטן איר זענט יונגער.
מ'דארף האבן א געוויסע וואגשאל צו מעסטן קוואליטעט. איינס ס'איז נישט קיין יושר אז איינער וועלכער האט אריינגעלייגט כוחות אין פארש ארבייט זאל נישט קריגן מער ווי א צווייטער וועלכער האט אפקלאוויאירט א פעליטאן אין א קארגע שעה. צוויי, אפילו א גאר טיפע ארטיקל האט נישט קיין פינאנציעלע ווערד אויב עמך ווייסט עס נישט ווי אפצושאצן. לייקס פון חבירים דא דארפן אפצושפיגלן די מיינונג פון גאס.


לייקס קען מען סאבאטזשירן מיט דאבל ניקים ושמור לי ואשמור לך. עס איז אלעמאל די פאליסי אז לייקס דארף בלייבן נאטירליך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:27 pm
דורך מאטי
איך בין מיט כוכב לגבי די לייקס, מקען אבער אויסארבעטן אז ס'זאל ווערן געשאצט לויט וויפיל איי-פי אדרעסן האבן באזוכט דעם אשכול.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 3:52 pm
דורך פארוואס?
מאטי האט געשריבן:איך בין מיט כוכב לגבי די לייקס, מקען אבער אויסארבעטן אז ס'זאל ווערן געשאצט לויט וויפיל איי-פי אדרעסן האבן באזוכט דעם אשכול.

די באזוך קען נאר באווייזן אז דער קעפל איז א גוטס, אבער די ארטיקל אליינס, וואס זאגט דעם קליק דערויף? ער האט דאך נאכנישט געלייענט דעם תוכן בשעת׳ן קליקן.