אראומע 22# - טאלאנט,הארץ,שטימע

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

אראומע 22# - טאלאנט,הארץ,שטימע

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]אוי טאטע! איך ציה מיך שוין ענדליך אויס מיינע ביינער נאך א לאנגע טאג שווערע ארבייט, אויסגגעמיטשעט, און אויסגעמאטערט, אבער חברה לאמיר זיך נישט אפרעדן לאמיר פארגעסן פון אלע צרות און זיך אינטער זינגן א שיין לידל.

יא חברה א שיין לידל מאכט אייביג די זאך, דאס נעמט ארויס די מענטש פון די מצב וואס ער איז, מען פארגעסט כל כולו פון וואס עס טוט זיך ארום און מען שוועבט און עפעס העכער'ס עפעס טיפער, און א וועלט פון מנוחה און שלוות הנפש. דאס איז די בעסטע מעדעצין פון אלע פראבלעמען פשוט און גראד מען פלאגט זיך אויס און דאס איז עס! מ'קען רעדן צום לאמפ, יעצט בין איך אין עולם הנגינה, און מאך משוגא א צווייטען.

אוי וואס פאר א געשמאקע נוצבארע געשאנק גאט האט אונז געשאנקן, א ניגון, א תנועה, א געפיל, הארץ, נשמה, ס'איז דאך מוראדיג, און צו דעם אלעם איז עס פריי פון אפצאהל מען דארף נישט קיין שום געצייג פאר דעם נאר פשוט מען נעמט זיך זינגן. און דער וואס האט נישט קיין מושג פון וואס איך רעד שא"ד ב"י מי"י געס"ט, איך שוין איהם באמת, ער האט נעבעך נישט דעם פיוז וואס איך האב, ער האט נישט דעם טאלאנט פון קענען ארויסציען דעם מענטש פון סיי וועלכער מצב ער געפינט זיך, און עס איז א שאד יעדע מינוט וואס מען פארפאסט דאס.

שטייענדיג געציילטע שעות אוועק פונעם יום טוב סוכות וואו דער הייליגער בורא האט אונז מצווה געווען מיט די חשובה מצווה פון והיית אך שמח, איז פאסיג אביסל ארום צו רעדן פון נגינה וואס דאס איז די יסוד פון שמחה ווייל ווי געשמיסט קען א ניגון האבן א געוואלדיגע השפעה אויף א מענטש און קען איהם די גרינגסטע ברענגען צום קלימאקס פון שמחה.

נגינה איז א ריזיגע פעלד און טראגט מיט זיך א געוואלד מיט חלקים אבער איך וויל ארום רעדן פון געציילטע זינגערס בזמנינו און ארויס ברענגען טאלאנט וואס ליגט ביי אונזער היימישע זינגערס קע"ה.

טאלאנט

עס איז פשוט פאר יעדעם אז דער זינגער וואס דארף באטיטעלט ווערן מיט אט דעם טיטל איז הרב ליפא שמעלצער פון סקווירא. ליפא איז א שטיק טאלאנט א שטיק קריעטיוועטי, די ריזן ווי מרדכי און אברהם קענען זיך פאר איהם פארשטעקן ווען עס קומט צו טאלאנט, יעדע ניגון וואס קומט ארויס פון זיין שטימע איז מלא חידושים וואס מען זעהט נישט און ערגעץ. נעם אזא קליינע נקודה ווי די נערישע בארד וואו דיין איד ניגון, דו האסט א אהנונג וואס ער האט אלס אריינגעפאקט אין דעם קליינעם ניגון? הער די קוויער אויף דעם ניגון מ'קען משוגא ווערן בארד בארד איד איד ... ס'איז געוואלדיג.

זיין היט אלבום איז לדעתי געווען " א פשוטע איד" יעדע ניגון איינס ביי איינס איז משוגע צו ווערן (אוי ווי גוט צו זיין א אידעלע, ווער ווייסט די קוועטש פון וואס איך רעד?! )

נאר וואס דען ליפא, דא קומט מיר צו וויינען און איך מיין עס זייער אמתדיג, איך בעט דיר פארוואס מאכסטו זיך אזוי נעריש? פארוואס ביסטו געגאנגען טרעטן אויף די תורה און זינגען מיט א פרוי פארוואס?? פארוואס?? קום צירוק אונז אלע ווארטן פאר דיר דו האסט אזוי פיל טאלאמט פארוואס עס נישט אויסניצן אויף די ריכטיגע וועג?

הארץ

"אוי טאטע דו ווייסט איך בין דיינס א קינד דיין הארץ איז צו מיר צוגעבינד..." אוי ס'רייסט שטיקער דודי ביסט א שטיק הארץ א שטיק געפיל. דודי קאליש איז א איד פון ארץ ישראל א קאומפאזער, ערענדזער, זינגער, איינס אין די וועלט. ער האט ארויס געגעבן זיין באקאנטע אלבום דוד ושלמה מיט שלומי גערטנער וואס יעדע ניגון פאר זיך רייסט דאס הארץ און איז מקרב לאבינו שבשמים. ער האט אויך ארויסגעגעבן א אלבוים מיט ידידים קווייער, אויך א הערליכע שיינע אלבום.

דודי מיר ווילן הערן מער אפטער פון דיר פליז לאז אונז נישט ווארטן. אגב פאר דיין נערסטענאלבום מיין איך זאלסט נעמען יואלי לעבאוויטש פאר זינגער ער איז מוראדיג אין דיין סטייל נגינים איך מיין ס'וועט זיין א היט.

שטימע

אברהם וואלט זיך בעצם פארדינט דעם טיטל, נאר איך וויל נישט רעדן פון די ריזן און דעם פעלד, ממילא וועלן מיר באשטימען שימי ענגל פאר דעם. שימי האט א געוואלדיגע מתנה פונעם באשעפער מיט'ן האבן אזא הערליכע קלארע שיינע שטימע וואס ציהט ארויף ווי א פידל.

איך האלט נאר אז ער אביוזט זיין מתנה ווייל ער טוט נישט גארנישט צו זיין זינגן חוץ פון זיין שטימע, דהיינו ער זינגט אפ זייער פשוט א ניגון ווי מען זאגט ער זאגט נאך ווארט ביי וארט וואס שטייט אין בוך אן צולייגן קיין כל שהוא.

און צום לעצט וויל איך באגריסן דעם נייעם שטערן בעולם הנגינה שמואלי אונגר. שמואלי ביסט א היט, די האסט א גאלדענע עתיד.

ער איז איינגעשטעלט אין שירה, דער זינגט ווי א גאון, ער איז בעל הבית אויפן ניגון און שפילט זיך דערמיט ווי א יאָו יאָו ער איז איינס אין דער וועלט, ווי האט יענער געזאגט? דער קונסט איז נישט אוועק צודרייען די קונסט איז צירוק צוקומען.

איך האב איהם לעצטענס געהערט אויף א חתונה, איך בין משוגא געווארן ווי ער נעמט פשוטע ניגונים און פארוואנדעלט עס אין חידושים נפלאים.

חג שמח חברה, נאר פרייליך.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר