הנעלבים.. ואפי' בהסתרה.. אני עומד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אראנדש קאונטי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הנעלבים.. ואפי' בהסתרה.. אני עומד

שליחה דורך אראנדש קאונטי »

איך האב געהערט אמאל די פאלגענדע:
עס איז א מוראדיגער מוסר השכל


עס איז געווען איינע פון די גרעסטע גדולים אמאל אינדערהיים און זיין צייט און אונגארן וואס ער האט געמאכט די ספר אויף שו"ת ספר עמודי אור, וואס ווען ער פלעגט שרייבן א תשובה, צו א צווייטע רב פלעגט ער זיך אינטערשרייבן, "העלוב" (ד.מ. דער פארשעמטער) אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א לאנגע צייט קיינער האט נישט געהאט די העזה צו פרעגען דעם רב וואס איז פשט פון דעם מיסטריעזן ווארט מיט וואס ער שרייבט זיך אזוי אינטער זיין נאמען,


ביז איינמאל איז געקומען אויף א באזוך אן אנדערע רב, פון א דערנעבענדיגע שטאט, מיט וועם ער פלעגט זיך אסאך שרייבן, און אים איז אויך שווער געווען וואס איז פשט פון דעם ווארט "העלוב", האט ער אים אינמיטען דעם שמועס א פרעג געטאן, וואס איז דער טעם אז די רב שרייבט זיך אינטער דעם נאמען מיט דעם איטערעסאנטע ווארט?
ענטפערט דער רב איך וועל דיר דערציילען די מעשה,

דער רב הייבט אויף זיינע לאנגע אויגן ברעמען און קוקט אים גלייך אריין און פנים אריין צו שלונגען מיט דארשט וואס ער גייט דא דערציילען, און ער הייבט אן: מיין זיידע האט דא געוואוינט אין דעם זעלבן שטאט "סובאלק" ער איז געווען פון די גרעסטע עשירים און זיין געגענט, און א זייער בכבוד'דיגער איד א שיינע תלמיד חכם, תורה וגדולה במקום אחד, ער האט געהאט א גרויסע געשעפט וואס ער האט פארקויפט אלע ערליי זאכן וואס די פריצים דארפן צו האבן, פארשטייט זיך אז אלע פריצים פון אלע ארומיגע געגענטער האבן געהאט דארט אן אפענע טיר, און זיין עשירות איז געוואקסן פון טאג צו טאג אלס מער און מער,

די געשעפטן זענען אלס געווארן גרעסער און גרעסער, ער האט דאס מער נישט געקענט האנדלען אליינס, האט ער געהאט א בת יחידה זייער א געראטענע, א מושלמת מיט אלע מעלות, א קלוגע, און זי האט זייער גיט פארשטאנען צו דעם ביזנעס, האט דער טאטע איר אריינגענומען און די געשעפטען און עס איז אלס געווארן גרעסער און גרעסער, מיט אסאך מער רווחים.

זענען געווען אפאר שלעכטע מענטשן וואס האבן נישט פארגינען ציצוקוקען ווי עס גייט ב"ה גיט פאר אן אנדערע איד, און צו קיין בארשט דארף מען נישט קיין ציין, און זיי האבן ארויסגעלאזט א שמועה אין שטאט אז די טאכטער איז ל"ע אראפ פון אידישען וועג, און זי דרייט זיך ארום מיט די פריצים א גאנצן טאג, און עס איז געווארן א רודער און די גאנצע שטאט, עס האט באקומען הענט און פיס, און עס איז געגאנגען פון מויל צו אויער, אפילו עדות, אזוי ווי עס גייט ביי יעדע לשון הרע'לע.עס איז געקומען די צייט און די טאכטער איז שוין געשטאנען און די יארן פון שידוכים, און מיין זיידע פארציילט דער רב, האט ביי זיך געטראכט מיין טאכטער די מושלמת, זי וועט ווערן צוכאפט איינס צוויי דריי, אז ס'קען זיין אז אפילו דער רב וועט זיך מיט מיר משדך זיין, און ער האט זיך אנגעהויבן אנצוטראגן ביי שענסטע רבנים, אבער ווי נאר מ'האט זיך אנגעהויבן נאכצופרעגן איפארמעישן האט זיך אלעס אויסגעלאזט מיט גארנישט, אלע האבן דערציילט די שלעכטע נייעס.און דער גרויסער גביר האט נישט געקענט פארשטיין וואס גייט דא פאר? יעדער זאגט מיר אפ!! אבער! עס איז אדורך א שטיק צייט די טאכטער איז עלטער געווארן, קיינער טראגט גארנישט אן, און זי ווערט נאך עלטער, די האר וועט שוין גרוי און ווייס, האט ער זיך אנגעהויבן לאזן אנטראגן ביי די פשוטי עם, די פשוטע מענטשן, און דארט האט אויך קיינער נישט געוואלט, ער האט נישט געוואוסט וואס צו טוען מיט זיך! ער דער גרויסער עושר און תלמיד חכם ער קען דאך אויסהאלטן אן איידעם א תלמיד חכם, וואס זאל קענען זיצען און לערנען א גאנצן לעבן און קיינמאל נישט וויסן וואס מיינט דער עול הפרנסה.....

ויהי היום האט ער געלאזט מעלדן, אז ער איז גרייט זיך משדך צו זיין, מיט ווער עס וועט נאר קומען, אפילו די בעלי עגלה. שניידערס. האלץ האקערס. די שדכנים האבן זיך שוין געפרייט אז דא וועט מען שוין מאכן עפעס,אבער אפילו די בעלי עגלה. שניידערס. האלץ האקערס. האבן אויך נישט מסכים געווען, ביז עס איז איינגעפאלן פאר איין שדכן אנצוטראגן דעם אלטן בחור, אהרן דער שמייסער האט מען אים גערופען,

ווער איז געווען "אהרן דער שמייסער" ער איז געווארן א יתום פון זיין טאטע און מאמע ביי די צוויי יאר, און זיינס א פעטער א בעל עגלה, האט אים אריינגענומען און זיין שטוב, פארשטייט זיך אליין אז קיין גרויסע תלמיד תורה איז ער נישט געווארן דארט, ניטאמאל א בעל עגלה איז ער געווען, נאר טאמער איין בעל עגלה האט שוין נישט געהאט קיין כח צו שמייסן די פערד, האט אונזער ר' אהרן איבערגענומען די לייצעס, און ער האט געשמוסען, דאס איז געווען פון די שוואכסטע סארט ארבייט, און וועגען דעם האט מען אים גערופען "אהרן דער שמייסער" און ער אליין איז שוין אויך נישט געווען קיין אכצן יאר בקיצור אן אלטן בחור......און דער שדכן האט אים אנגטראגען, פאר דעם גרויסן עושר, פארשטייט זיך אז דער עושר, האט גלייך מסכים געווען, אבי זיין טאכטער ווערט א כלה, מ'עט איר קענען צודעקן דאס קאפ, אבער דער ראש הבעלי עגלות, וואס ער האט קער גענומען אויף דעם אהרן, האט גענטפערט אז ער וועט געבן תשובה אין א וואך,דער עושר האט דאס שוין נישט געקענט אראפשלינגען, אבער צופיל ברירות האט ממילא נישט געהאט. נאך א וואך איז מיט גרויס פרייד און טרויער אויסגעמישט געשלאסן געווארן די שידוך פון זיין טאכטער מיט דעם "אהרן שמייסער"ב"ה, א כלה געווארען, און מ'האט זיך אנגעהויבן גרייטען צו די גרויסע חתונה, וואס גייט פארקומען ביי דעם גרעסעטן גביר'ס בת יחידה, מ'האט געלאזט שיין אויסצירן די שטאט, פאר די חשובע געסט וואס גייען קומען צו פארן, די ארימעלייט האבן זיך געשפירט ווי גאנצע מחותנים, מ'האט צוגעגרייט א סעודה כיד המלך, ווי עס פאסט זיך פאר דעם גרויסן גביר, מיט אלע מיני פליישען און געטראנקען,ווען אלע געסט זענען שוין געזיצען אויף די פלעצער האט מען זיך אנגעהויבן גרייטן צום חופה, אונזער גרויסער מחותן דרייט זיך ארום צווישען אלע געסט, אפנעמען די מזל טוב'ס, אויף זיין פנים קען מען זעהן אז עס איז נישט ווי עס דארף צו זיין, אבער יעדער פארשטייט וואס דא גייט פאר, טאקע מ'מאכט חתונה די טאכטער, א גרויסע שמחה, אבער פון די אנדערע זייט קוקט מען צו מיט וועמען איז מען זיך דא משדך, ווערט אים שלעכט אויפן הארץ, אבער ער פרובירט מיט אלע כוחות צו באהאלטן זיין צער, און ארויסווייזען א שמייכל צו יעדן איינען און נעמט אפ די מזל טוב'ס בסבר פנים יפות,אט אט מ'גרייט זיך שוין צום באדעקען, יעדער איז פריילעך,

אינמיטען הערט מען פון די אנדערע זייט מחוצה, די פרויען זייט, קולות געשרייען... "עס זאל זיין שטיל רופט מען אויס" די כלה האט זיך אויפגעשטעלט!! פון איר כלה בענקל", און געוויזן מיט די הענט, אז זי וויל עפעס זאגן און יעדער זאל צוהערן!!עס איז געווארן א טויט שטילקייט אינעם זאל, עס איז געווארן אן אנלויפעניש, יעדער האט געוואלט הערן און מיטהאלטן דעם ספעקטאל, עס ווערט שטיל, ועיני לאה רכות, און מיט קול געשטיקט פון געוויין, און מיט טרערן אין די אויגן, הייבט די כלה אויף אירע צוויי הענט אין דער הייך, און רופט אויס.... "הייליגער באשעפער די ווייסט דאך דעם אמת אז איך בין א בת ישראל כשרה וצנועה, און אז דאס וואס איך מוז חתונה האבן מיט מיין חתן אהרן, איז נאר וועגן א פאלטשע שמועה, וואס שלעכטע מענטשן, האבן נישט פארגינען פאר מיין טאטע, בעט איך דיר הייליגער באשעפער, און דעם זכות זאלסטו מיר געבן קינדער, וואס וועלן ביילייכטען די וועלט מיט זייער תורה",און דער אייבירשטער האט צוגעהערט צו די תפילה פון די כלה, און זי האט געהאט פינעף זון, וואס יעדע איינע האבן געשאקלט די וועלט, מיט זייער תורה און חכמה, און פירט אויס דער רב, איך בין איינע פון די זוהן דאס איז געווען מיין מאמע, וועגן דעם שרייב איך אינטער מיין נאמען "העלוב"(דער פארשעמטער), ווייל און דער זכות פון מיין מאמע בין אנגעקומען צו דעם גרויסע מדריגה, ווייל אלקים יבקש את הנרדף.

הנעלבים ... עליהם הכתוב אומר..

ואפילו בהסתרה.... אני עומד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אראנדש קאונטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר