בלאט 1 פון 2

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:46 pm
דורך חד גדיא
הרב הגאון ר' שרגא האגער שליט"א אדמו"ר מקאסוב איז א גאר זעלטענע פערזענליכקייט. פון איין זייט איז ער א רבי מיט אלע פיטשיווקעס. און פון די אנדערע זייט איז ער באקאנט פאר'ן זיין "אוט אף די באקס" און א פארשטייער אין אסאך ענינים.

קאסובער רבי איז אויפגעוואקסען אין א היפש מאדערענע שטוב. (מ'זאגט אז ער האט אפילו געהאט טעלעוויזשן). אבער ער איז גאר שטארק אויסגעשטיגן אין תורה ויראת שמים. אלץ יונגערמאן איז ער שוין באקאנט געווען אלץ א גרויסער גאון און עובד ה'. ער איז יארן געווען א מגיד שיעור אין צעהלים און שוין דעמאלטס איז געווען א חידוש זיין דאווענען און געהויבענע התנהגות.

כ'האף די עולם וועט אריינפילן אביסל מער פרטים פון זיין ביאגראפיע. אבער כ'געדענק אים נאך פון יארן צוריק אלץ יונגערמאן ווי ער פלעגט שוין דעמאלטס מאכן די זעלבע מאדנע פאקסן ביים דאווענען און מ'האט געזעהן זיין גרויס כונה און התבוננות.

עכ"פ סוכות איז פאסיג צו רעדן פון אים, ווייל יעדעס יאר זעט מען פריש די קליפס פון זיין ד' מינים שאקלען וואס איז גאר מאדנע און דראמאטיש. און ס'איז כדאי אז די וואס קענען אים יעצט בעסער פון די נאנט זאלן אביסל שרייבן וואס דאס מיינט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MPGi2rti4oQ[/youtube]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:37 am
דורך שבת אחים

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:53 am
דורך שבת אחים
איינגעטליך וואס איז טאקע פשט פון די אלע מאדנע פאַקסען ??? ווי האט ער דאס געזעהן ??? פון ווי נעמט ער דאס??? נישט זיין טאטע און נישט קיינע פון זיינע זיידעס האבן אזוי געדאווענט און געמאכט אפילו א צענטעל פון זיינע משוגעתן.... ספעציעל פון די גזע קאסוב־וויזניץ

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:01 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
דער קליפ איז געוואלדיג.
אבער וואס איז פשט אין די קולות וואס ער מאכט? ממש ווי קעץ וואס טוען די מעשה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:04 am
דורך בשבילי!
זיין לולב איזדעך לכאורה שוין פסול אכט מאל ביי די צייט ער שאקלט מעריב זייט

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:15 am
דורך [NAMELESS]
איך קען אים כמעט נישט , אבער עס קיקט מיר אויס אז ער איז זייער א אמת'דיגע מענטש. דאס איז נישט קיין בעלאני'ס

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:16 am
דורך בשבילי!
I agree

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 3:31 am
דורך שבת אחים
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען אים כמעט נישט , אבער עס קיקט מיר אויס אז ער איז זייער א אמת'דיגע מענטש. דאס איז נישט קיין בעלאני'ס


ליידער קען איך אים יא...און גאר גיט

מ׳פארציילט אז יענקל מיללער זייענדיג אמאל אין טראנטא מיט יארן צוריק האט געבעטן ר׳ משה רייכמאן ז״ל א הלוואה פון הונדרעט אלפים האט אים רייכמאן געפרעגט וויאזוי קען איך דיך טראסטן אז איך קען דיך בכלל נישט ? זאגט אים יענקל אינטערסאנט אין מאנסי בארגט מען מיר נישט ווייל מ׳קען מיך יא!!!.... :lol:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:11 am
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען אים כמעט נישט , אבער עס קיקט מיר אויס אז ער איז זייער א אמת'דיגע מענטש. דאס איז נישט קיין בעלאני'ס

איך קען איהם יא, א ביסל. לפענ"ד. א מענטש וואס מאכט די אלע תנועות און קולות, דאס האט גארנישט צו טון מיט ערליכקייט אדער כוונה. ס'איז פשוט נערוון. אדער אן אבסעסיע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 8:47 am
דורך Yossy
כהאב געוואלט ארויסברענגען צוויי נקודות. קודם האט דער קאסאווער רבי א שיעור יעדען פארטאגס אין סאטמאר 53 מיט א חברותא שוין יארען וואס דאס אליין איז א יקר המציאות צי זען א רבי לערנען יעדען פארטאגס , אין ווער עס האט אמאל דאס געזען ווען ער לערענט איז אלעס געשטארבען, ער לערענט מיט א מוראדיגער קאנצענטראציע אין יגיעה אין איז טאטאלי נישטא . דאס זעלבע קען מען עם טרעפען ביי א גמרא אין שומר שבת אין ער וועט זיך זעצען לערנען ווילאנג די נעקסטע מנין הייבט זיך אן אין ביזדערווייל וועט ער פארפאסען אפאר מנינים ווייל ער אזוי פארטיפט...
דאס זעלבע איז מיט זיין דאווענען ער דאווענט געווענליך אויפען אויווענאן אין גרויסען היכל הבית מדרש אין ער קען זיך אסאך מאל טרעפען אויסגעדרייט מיטן פנים צים עולם אין פארשטייט זיך אז ער מאכט אלע תנועות אין מען קען שטיין אין קיקען אויף עם אין בייטראכטען אבער ער איז קלאר נישטא ער איז טאטאלי ספעיסט אויט ...
נאך א פאינט... ווען איינער איז אזוי ווי רוב היינטיגע רביס גרויסע גראבע עם האראצים איז גרינג צי געבען א דריי מיט די הענט מיט א ביטול אין רובא דרובא זענען טאקע פשוטע שוי שפילערס, משא"כ דער קאסאווער רבי איז באקאנט פאר א זעלטענער תלמוד חכם סא קאן פעיקער איז ער נישט ווען ער פירט נישט טיש זיצט ער אין לערענט, אין ווי שוין געשמועסט איז אלעס ביי עם מיט א זעלטענע יגיעה, ער איז פלעין נישטא סאיז נישט אזוי ווי ער וואלט געטראכט לאמיר מאכען אזא פאקס יעצט צי אימפרעססען די חסידים וכדומה בדרך כלל כאפט ער אליין נישט וואס ער טיט....
איך האב אינגאנצען איין מאל עם עפעס געפרעגט א שאלה אין ער קען דווקא רעדען זייער נארמאל אין רעדט בכלל נישט ווי א רבי ער קען זיך ווערטעלן אין אפילו מאכען א זשאוק ער איז בכלל נישטא דיך צי אימפרעססען... א גוטען מועד..

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:00 am
דורך שבת אחים
Yossy האט געשריבן:כהאב געוואלט ארויסברענגען צוויי נקודות.

בדרך כלל כאפט ער אליין נישט וואס ער טיט....

ער איז בכלל נישטא דיך צי אימפרעססען... א גוטען מועד..


:like :lol:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:27 am
דורך דולה ומשקה
ווען דער רבי שאקעלט הינטען פאלגען נאך די קעלבער, וואס ווארטן זיי אז דער רבי זאל שאקעלן לולב צו א זייט א דאן שאקעלען זיי אויך אהין.

דער רבי לענט זיך אן אויף די רעכטע זייט, אנדערש ווי פסח. אולי ט"ו ט"ו

זיי ערליכקייט איניינעם מיט זיינע נערוון OCD מאכט א גוטע אינטערטינמענט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 5:58 pm
דורך גראף
חוזק מאכן איז נישט א קונץ און ס'מאכט איהם נישט קלענער. קענסט עס רופן או.סי.די. אדער נערװן, איך װײס נישט.
װאס איך װײס יא איז, אז מען גײט ארײן רעדן צו איהם איז ער פערפעקטלי נארמאל, אזוי װי yossy האט ארויס געברענגט.
און נאך עפעס - װען ער קומט ארײן צו א שמחה גײט ער אסאך מאל צו די שמארגעס באורד און זעצט זיך אויבן אן מיט די טעלער און עסט, בשעת די גאנצע אויבן אן הונגערט נעבעך.. :lol:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 11:44 am
דורך דולה ומשקה
גראף האט געשריבן:װען ער קומט ארײן צו א שמחה גײט ער אסאך מאל צו די שמארגעס באורד און זעצט זיך אויבן אן מיט די טעלער און עסט lol:


און דאס איז ווייל 'ער' איז נארמאל משא"כ די אנדערע אויבן אן זיצערס...

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:53 pm
דורך שבת אחים
Yossy האט געשריבן:איך האב אינגאנצען איין מאל עם עפעס געפרעגט א שאלה אין ער קען דווקא רעדען זייער נארמאל אין רעדט בכלל נישט ווי א רבי ער קען זיך ווערטעלן אין אפילו מאכען א זשאוק ער איז בכלל נישטא דיך צי אימפרעססען... א גוטען מועד..

דעס איז זיכער אז ער האט א מולטי פערסענעליטי דיסארדער אדער עפעס ענדליכס פון די סארט!

איך האב מיך געדרייט ביי אים פאר לאנגע יארן און כ׳האב געהאט די זכי׳ אז איך בין געוועהן א שטיק צייט זיין חברותא און זיין דרייווער און איך בין געוועהן פון זיינע שטוב מענטשען און פון זיינע ערשטע חסידים און פון זיינע גרעסטע שטיצערס וואס ער האט נאר אמאל געהאט, און איך האב עס אליינס בייגעוואוינט צענדליגע מאהל ווי ער האט געקענט רעדן ראוהיג געלאַסן צו א פרעמדער וואס איז אים געקומען פרעגן א שאלה און אפאר מינוט דערנאך האט ער געקענט מאכן קולות וברקים אויף א צווייטער אפילו ער איז געוועהן זיינס א מענטש זיינס א ידיד א שטיצער וואס האט אים געפרעגט א נארמאלע שאלה !

איך קען אייך געבן צענדליגע פעלער וואס איך האב אליינס מיטגעהאלטן , מ׳קען זיך ליידער נישט אויסרעכענן מיט אים ! און כמעט יעדער וואס קען אים גיט וועט מודה זיין אז ער איז ליידער א בייפאולער פאציענט,

און אפילו ער רעדט נארמאל אמאל צו דיר און ער שמייכעלט מיינט נאך גארנישט , פראביר נאר אים צו בעטן א טובה אלעס וועט זיך טוישן אין איין סעקונדע :evil:

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 8:32 pm
דורך קינד_אן_קייט
שבת אחים האט געשריבן:כמעט יעדער וואס קען אים גיט וועט מודה זיין אז ער איז ליידער א בייפאולער פאציענט,

און אפילו ער רעדט נארמאל אמאל צו דיר און ער שמייכעלט מיינט נאך גארנישט , פראביר נאר אים צו בעטן א טובה אלעס וועט זיך טוישן אין איין סעקונדע :evil:


מיט דעם חשבון, איז דאס גאנצע מענטשהייט (אקעי, נאר דריי פערטיל) בייפאולער.

כ׳קען אים טאקע נישט פון דער נאנענט, אבער כ׳האב יא פערזענליך געהאט מיט אים שייכות אויף עטליכע פעלער און מיין באאיינדרוק איז געווען אז ס׳איז אים נמאס די טאג טעגליכע ציבור אנגעלעגנהייטן אין וואס מ׳פרובירט אים אריין צו דרייען, און בכלל, לאכט ער (אדער עקלט זיך) פונעם ׳סיסטעם׳.

אפילו אויב ער אידענטיפיצירט זיך יא מיט א פראבלעם, קוקט ער אן די וואס רעדן זיך איין אז דער רבני׳שער קערפערשאפט פארמאגט נאך ערנסט איינפלוס ווי א בלינדער וואס זעהט נישט איין דאס מציאות, אדער ווי א זינלאזע בריאה וואס איז סאמע יעצט אראפ געפאלן פון די לבנה.

כ׳האב פאר דיר נייעס, ער איז נישט אינגאנצן אומגערעכט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:46 pm
דורך shem-tov
איין זאך איז זיכער אז דער רבי דריידט זיך נישט דא אין שטיבל ממילא לאמיר גיין סאפט, לשון הרעלעך איז דא אויף יעדען. ווייסט עמיצער מה טיבו, זיין יחוס, בחורישע יארן, זיינע רביס, סאיז זיכער אז די פאקסן גנבט ער פון ערגעץ, זיין שידוך, זיינע קינדער, ווער האט אים געוואלט גרויס מאכן, וואס וויל נחום פון אים, און האט ער א פיוטשער אין בארא פארק

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:15 pm
דורך שבת אחים
shem-tov האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער רבי דריידט זיך נישט דא אין שטיבל ממילא לאמיר גיין סאפט, לשון הרעלעך איז דא אויף יעדען. ווייסט עמיצער מה טיבו, זיין יחוס, בחורישע יארן, זיינע רביס, סאיז זיכער אז די פאקסן גנבט ער פון ערגעץ, זיין שידוך, זיינע קינדער, ווער האט אים געוואלט גרויס מאכן, וואס וויל נחום פון אים, און האט ער א פיוטשער אין בארא פארק


אנטשולדיגט מיר זייער אויב פארשטייט איר נישט די מטרה פון קאווע שטיבל איז צו שעירן אינפארמעישן איינער מיטן צווייטן בבחינת איש את רעהו יעזרו , די פאקט איז אז קיין שום בנשק״ל אדער אדמו״ר אין די היינטיגע צייטן האבן אזויפיל מענטשען אפגעלאזט , מעהר ווי 90 פראצענט מענטשען וואס האבן זיך געדרייט דארט אין מיינע צייטן האבן אים אפגעלאזט אריינגערעכענט געטריי מענטשען פון יארן לאנג וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר אים און זיין בני בית, למשל זיין לאנג יעריגע געטרייע גבאי ר׳ בנצוין ר.

מצוה לפרסם ווער ער איז אין מיינע אויגן ועוד חזון למועד
וואס נחום וויל פון אים ? קענסט איינעם ל.ט. ? פארשטייסט נישט ? אי״ה אין די נעקסטע תגובה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:51 am
דורך שבת אחים
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:כמעט יעדער וואס קען אים גיט וועט מודה זיין אז ער איז ליידער א בייפאולער פאציענט,

און אפילו ער רעדט נארמאל אמאל צו דיר און ער שמייכעלט מיינט נאך גארנישט , פראביר נאר אים צו בעטן א טובה אלעס וועט זיך טוישן אין איין סעקונדע :evil:


מיט דעם חשבון, איז דאס גאנצע מענטשהייט (אקעי, נאר דריי פערטיל) בייפאולער.

כ׳קען אים טאקע נישט פון דער נאנענט, אבער כ׳האב יא פערזענליך געהאט מיט אים שייכות אויף עטליכע פעלער און מיין באאיינדרוק איז געווען אז ס׳איז אים נמאס די טאג טעגליכע ציבור אנגעלעגנהייטן אין וואס מ׳פרובירט אים אריין צו דרייען, און בכלל, לאכט ער (אדער עקלט זיך) פונעם ׳סיסטעם׳.

אפילו אויב ער אידענטיפיצירט זיך יא מיט א פראבלעם, קוקט ער אן די וואס רעדן זיך איין אז דער רבני׳שער קערפערשאפט פארמאגט נאך ערנסט איינפלוס ווי א בלינדער וואס זעהט נישט איין דאס מציאות, אדער ווי א זינלאזע בריאה וואס איז סאמע יעצט אראפ געפאלן פון די לבנה.

כ׳האב פאר דיר נייעס, ער איז נישט אינגאנצן אומגערעכט.


איך פארשטיי בכלל נישט וואס דו רעדסט ? ווער איז דער סיסטעם אויב נישט ער ??? ער זיצט ביי די אלע אסיפת הרבנים ! (איך האב אים אסאך מאהל באגלייט און געדרייוועט צו די מיטונגען) ער האט די power צו טוישן די סיסטעם אדער לכה״פ עס צו פארבעסערן !!! דערווייל טוט ער די פארקערטע ער איז דער וואס טוט פּראָומאָטען דעם סיסטעם און ער האט אונז געדרייט א קאפ מיט ליפא׳ס קאנצערט אין עו״ז שייטלעך און נאך און נאך שטותים מיט הבלים ! ער האט נאך גארנישט געטוהן פּראדאקטיוו פאר כלל ישראל ווען ער איז קלאָר יא איינער וואס זיצט ביים דרייווערס סיט פון כלל ישראל און ער וואלט ווען געקענט מאכן א גרויסע דיפערענס !!! אדרבא זאל איינער זאגן וואס ער האט געטוהן פאר כלל ישראל און מה טיבו?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:59 am
דורך רויטע וואנצעס
[tag]שבת אחים[/tag] פארוואס ביסטו און אנדערע ארגינעל געווארן צוגעצויגן צו אים?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:13 am
דורך שבת אחים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] פארוואס ביסטו און אנדערע ארגינעל געווארן צוגעצויגן צו אים?


ער איז א מענטש וואס ציעט אנדערע פון אנפאנג טאקע ווייל ער פירט זיך אויף אנדערש ווי אנדערע רבנים, ער איז down to earth און ער עסט פונעם שמארגעס באורד וכודמה און ער שטעלט זיך אהער כאילו ער איז דיינס א איבערגעגעבנע מענטש ... און ער מאכט א גיטע רושם פון אנפאנג
ער קען זיין א געשמאקער שמועסער און פארברענגען מיט דיר ווי א חבר ... ס'נעמט צייט ביז מ'כאפט זיך מיט וועם מ'האט ליידער דא צו טוהן...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:18 am
דורך שבת אחים
און שטייצעך ער איז פאָרט א גרויסע תלמיד חכם! דאס האט אסאך אויסגעמאכט ביי מיר
אבער א מנהיג ישראל ? ניין !
וואס איז אמת איז אמת!!! איך נעם דעס נישט צו פון אים!

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2015 12:25 pm
דורך Interested
I feel bad for you שבת אחים that you somehow seem to have such a bad experience with him, but I can tell you that last year i was in contact with him almost on a daily basis due to a problem that has befallen a friend of mine and I must tell you I was highly impressed by his keen understanding of the situation and by the time and effort he put on to helping my friend, that's besides the fact that here in Boro Park he's one of the only rabbanim that will take on some really entangled cases where others wouldn't dare touch it......... and I've heard from countless Rosh Yeshivas and menhalim that he is the only one that is busy the first two weeks of each zman making sure that every bucher or child had a yeshiva...........and that's besides the fact that he is a real gaon and masmid that is known to learn throughout the night each and every night (i was told that in the summer months when he is in Israel you can watch at kotel.com and you can see him at the kosel each and every night learning throughout the whole night).