בלאט 1 פון 2
"יתד נאמן" פון א"י אונטער נייער פירערשאפט
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 5:58 pm
דורך זר זהב
עפעס קומט פאר מיט'ן צייטונג יתד נאמן פון אר"י. ס'טוט זיך שוין לאנג א פאליטיק דארט וואס רבנים אסר'ן עס צו לייענען , דעי וואך איז עס אריבער אונטער נייע ראדאקטארן. דא דרייען זיך אסאך פון יענע צייטונג לייענער איך בין נייגעריג פונקטליך וואס ס'קומט דארט פאר, וואס האט אנגעהויבן די גאנצע מהפיכה ? און צו וועם איז עס איצט אריבער ?
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 6:01 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:עפעס קומט פאר מיט'ן צייטונג יתד נאמן פון אר"י. ס'טוט זיך שוין לאנג א פאליטיק דארט וואס רבנים אסר'ן עס צו לייענען , דעי וואך איז עס אריבער אונטער נייע ראדאקטארן. דא דרייען זיך אסאך פון יענע צייטונג לייענער איך בין נייגעריג פונקטליך וואס ס'קומט דארט פאר, וואס האט אנגעהויבן די גאנצע מהפיכה ? און צו וועם איז עס איצט אריבער ?
אין איין ווארט: די יתד איז אין בני ברק דאס וואס דער איד פלעגט זיין אין סנדר דייטש'ס צייטן אין וויליאמסבורג.
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 6:03 pm
דורך זר זהב
האסט נישט געענפערט מיינע פראגען. וואו איז עס יעצט אריבער ?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 2:42 am
דורך חד גדיא
הגר״ח קנייבסקי שרייבט א בריוו צו שטיצן די נייע הנהלה. ער שרייבט אז הגריא״ל שטיינמאן איז גדול הדור.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41671&cat=1
Re: "יתד נאמן" פון א"י אונטער נייער פירערשאפט
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 8:34 am
דורך איחוד פעלד
עפעס שמעקט עס אזוי נידריג ווי די גאנצע הנהגת הדור ווענד זיך ווער עס פירט דער יתד.
א בריוו פין רח"ק ווער זאל פירען יתד, איז לדעתי פונקט אזוי ווי ער זאל שרייבען ווער עס זאל פירען די מקוה.
די ארץ ישראלדיגע אידען זענען אזוי אריין געוואקסען אין זייערע שטותים, אז ביי די גדולים ווי למשל רח"ק ר' אלישיב און שטיינמאן איז דער יתד א אבן הפנה אין אידישקייט.
ווועלכע גדול דא ליינט בכלל בגלוי א צייטונג.
אידישע צייטונגען זענען געמאכט פאר קינדער און קורץ זעהנדגע כולל אינגעלייט טאפס, וואס מיינען נאך אז די גאנצע וועלט כאפט א ציטער ווען בן בג בג אדער סופר אדער סיי וועלכע אידישע שוטה שרייבער לאזט אויס אפאר טראפען טינט אויף א פאפיר.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 9:25 am
דורך לעמיל
וועלכאם טו די וואלד אויף ליטוואקס!!!! יעדע נארישקייט דארף מען פרעגען די מרן...... אין די צייטונג איז דער וואס מאכט אף ווער די מרן איז פארדעים האבען די שטיינמאן חברה געוואלט לייגען א יד דערויף און עס איז זיי געלונגען עכ"פ אויף דערווייל
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:37 am
דורך יידל
"אלא שגם תומכי ההנהלה הישנה אינם שוקטים על השמרים וניסו לעשות הכל, כדי למנוע את פרסום המכתב. שליחים מטעמם הגיעו למערכת העיתון, יחד עם המנכ"ל המפוטר יעקב לבין, בניסיון להפעיל לחצים ולסכל את פירסום המכתב - ללא הצלחה."
אהה.... דעת תורה!...
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 10:49 am
דורך טעפל
יעצט נאך אלעס איז עס ביי הרב שטיינמאן אין די הענט.
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 5:33 pm
דורך לעמיל
טעפל האט געשריבן:יעצט נאך אלעס איז עס ביי הרב שטיינמאן אין די הענט.
אזוי איז עס יעצט אבער די חברה פון הרב אלישיב האבען נאך נישט אויפגעגעבען דערויף זיי פלאנען צו גיין אין קארט דערויף
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 5:55 pm
דורך משולם שטיינפעלד
וועמען שטיצן די חברה פון הרב אלישיב לרפו"ש, למלא מקומו ?
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 6:42 pm
דורך דבילה
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:וועמען שטיצן די חברה פון הרב אלישיב לרפו"ש, למלא מקומו ?
ר' שמואל אויערבאך
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:26 pm
דורך געפילטע פיש
לעמיל האט געשריבן:וועלכאם טו די וואלד אויף ליטוואקס!!!! יעדע נארישקייט דארף מען פרעגען די מרן...... אין די צייטונג איז דער וואס מאכט אף ווער די מרן איז
און להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי חסידים ווערן די זאכן אפגעמאכט בכובד ראש אין די רעדאקציע פון כל העולם החרדי...
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2012 7:33 pm
דורך [NAMELESS]
אין די בלאט איז געוועהן פאריגע וואך א לאנגע ארטיקעל וואס האט חוזק געמאכט פון די מערכה וועגען די יתד, און האט בתוך הדברים גראב חוזק געמאכט פון הרב שטיינמאן ווי ער האלט ווי וויכטיג עס איז צו קאנטראלירן א צייטונג.
איך האב מיך געריבן די אויגען צו איך ליין דאס טאקע אין א צייטונג וואס איז גע׳עפענט געווארן ווייל צו האבן א אייגענע פארטיי מיז מען האבן א אייגענע צייטונג....
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 2:46 pm
דורך גדעון
י
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:36 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב נישט געוויסט אז ס'דא ליטווישער וואס זענען אזוי שטארק קעגען הרב שטיינמאן!!
ווי איז הרב אויערבאך'ס בריוו??
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:40 pm
דורך גדעון
איך האב א גאנצע קונטרס, איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויפצולייגן,
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2012 7:31 pm
דורך איך אויך
וכבר אמר מי שאמר אז היינטיגע צייטן עקזיסטירט מער כמעט נישט קיין חילוק צווישן חסידים און ליטווישע, די ליניעס זענן היבש מטושטש געוורן נארוואדען זיי האבן גענומן אלע נישט גוטע חלקים פון חסידים און צומאל איז דער קאפי עולה על המקור...
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 12:54 pm
דורך לעמיל
יאנקל האט געשריבן:קענען מיר אלזא ערווארטן אז די מחנה וואס געהער אן צו הגרי"ש אלישיב און הגר"ש אויבערבאך וועלן בקרוב עפענען א נייע צייטונג, און מיט דעם נאך מער מרבה זיין כבוד שמים.
זיי האבען נאך נישט אויפגעגעבען אויף יתד זיי האפען עס נאך צו צוריק באקומען
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2012 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
גדעון האט געשריבן:איך האב א גאנצע קונטרס, איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויפצולייגן,
א דאנק גדעון פארן מיר שיקען אין אימעיל די קונטרס.
דא קען די עולם עס האבען
http://freepdfhosting.com/c537629c8d.pdf
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:25 am
דורך לעמיל
נעכטען איז געוועין א קארט וועגען די יתד, הרב אלישיב'ס חברה האבען אריין געגעבען אז מ'זאל גארנישט קענען טין ביז עס איז דא א פסק פאר וועים עס באלאנגט אבער קארט האט עס אפגעווארפען, ווי עס קוקט אויס ווי עס וועט בלייבען ביי די שטיינמאן חברה
נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:29 pm
דורך [NAMELESS]
דער פארשער ד"ר בני בראון רופט אן די מהפיכה אין יתד נישט ווייניגער ווי "האביב הליטאי", א רעפערענס צו די אראבישע ספרינג, ווי די מעסיגע ? ווארפן אראפ דיקטאטטורשאפט
http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 5:26 pm
דורך [NAMELESS]
א פרישע קונטרס איבער די טימל מיט יתד
http://ladaat.net/Gilionot/20120721/[458]%D7%95%D7%A0%D7%A6%D7%93%D7%A7_%D7%A7%D7%95%D7%93%D7%A9_%D7%9E%D7%98%D7%95%D7%AA-%D7%9E%D7%A1%D7%A2%D7%99_%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%91.pdf