א טעם אין שבת (ערציילונג)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:58 am
חסידישע מעשיות זענען פון די טיפסטע, און צומאל סתם אזוי שיין און ארגינעל, וואס טוט בארירן די הארץ סטרונעס, און מוטיגט דאס זיך פארבעסערן אין מידות טובות, אדער סתם נתעלה צו ווערן און א געוויסע דערהויבענקייט, וואס קען צומאל האבן א ווייטגרייכענדע השפעה, און איך מיין אויסדרוקליך נישט די סארט מעשיות פון קפידות און רציחות, מדות מגונות, נאר די ארגינעלע מעשיות מבית מדרשו של הבעל שם טוב ותלמידיו וואס צייכענען זיך אויס מיט אהבת ישראל, אהבת הבריות, מדות טובות, צדקה וגמ"ח, צומאל פשטות און צומאל עמקות, דאס אפשאצן מיט א טיפקייט דאס פשטות, און בכלל די שאץ און ערך פון יעדן נפש מישראל.
אט א שיינעם סיפור, וואס איך האב נארוואס געליינט, און ס'האט מיר זייער אינספורירט מיט איר ארגענעלקייט און פשטות
איינמאל האבן תלמידים פונעם הייליגען בעל שם טוב זצ"ל אים שטארק מפציר געווען אז ער זאל זיי ווייזן עפעס אן אויסערגעווענליכע דבר חידוש, די בעל שם איז דערויף איינגעגאנגען, איין באדינג האט זיך אבער דער בע"ש אויסגענומען, אז בשעת ער וועט זיי אנווייזן די אויסערגעווענליכע מראה זאלן זיי זיך האלטן זייער ערענסט, אין חלילה נישט לאכן דערפון.
אין א פרייטאג צונאכטס דאס דאווענען ביים הייליגען בע"ש אין קלויז איז געווען ווי אלעמאל זייער דערהויבן, באלד נאכן דאווענען ווייזט די בע"ש אן פאר זיינע תלמידים אויף א איד וואס איז געווען גאנץ א פשוטע איד, אבער פלעגט דאווענען מיט א ברען און האט נאך יעצט אויך געהאלטן ביים צוענדיגען זיין דאווענען מיט גרויס ברען אין כוונה, ס'איז געווען קענטיג אויף דעם איד אז ער איז א בלוטיגער ארימאן, אן עני ואביון מגוזלו, זייענדיג באקליידעט צוריסען און צושליסן, א לאטע אויף א לאטע.
הכלל די בע"ש פארארדענט זיינע געטרייע תלמידים נאכצוגיין דעם איד אזוי גייען זיי נאך דעם איד ביז דער איד קומט אן צו זיין האלב איינגעווארפן הייזקעלע ביים עק שטאט וואס איז געווען פון גרויס ארימקייט פרוץ מרובה על העומד.
די הייליגער בע"ש מיט די הייליגער חבריא שטייען ביי די זייט און קוקן זיך אזוי צי ווי דער איד קומט אריין אין שטוב מיט אזא שמחה, מיט אזא חדוה עילאה, מיט אזא לעכטיגקייט באגריסט ער זיין פרוי מיט א גוט שבת, א גוט שבת מיין טייערע פרוי, זאגט ער, אויף וואס זיין פרוי ענטפערט אים א גוטן און לעכטיגן שבת, די ליבע פון מיין לעבן.
דער איד גייט צו צום טיש, אן אלטן הילצערנעם וואקלדיגן טיש איבערגעדעקט מיט א ווייסן טושטוכ'ל, דערויף ברענען צוויי וואקסענע לעכט, און הייבט אן צו זינגען שלום עליכם מיט גרויס ברען און עקסטאז, באלד דערויף בעט ער פון זיין פרוי, ביטע זייטזשע מיר מוחל הונדרעט מאל פאר די טירחא אויב איז יעצט מעגליך אריינצוברענגן די קידוש וויין, באלד קומט די פרוי צו גיין מיט צוויי הארטע שווארצע רעפטלעך ברויט, און זי זאגט מיטן גרעסטן מאס איידלקייט און מיט איר פרויענישע דערבארעמקייט ס'טוט מיר זייער זייער באנג דאס אז היינט וועלן מיר קידוש מאכן אויף ברויט איר מאן פרובירט איר מפייס זיין און זאגט איר אה ווי גוט, בעסער פון גוט, ס'וועט זיכער האבן אלע טעמים, און אזויווי גוטע און אלטע וויין, דער איד מאכט קידוש מיט א שמחה עצומה און מיט גרויס כוונה.
און יעצט מיין טייערע פרוי אפשר קענסטו אריינברענגען די פיש וואס דו האסט צוגעשטעלט און לאמיר ביידע טועם זיין לכבוד דעם הייליגן שבת
באלד קומט די פרוי צוגיין מיט א קארגע לעפל בונדלעך אין שעפשעט א הייסע תפילה ובקשה צום רבש"ע אז איר מאן זאל שפירן אין דעם א טעם פון די בעסטע פיש.
דער איד איז טועם און זאגט אה ממש א טעם גן עדן, דאס איז צוגעשטעלט מיט אזויפיל הארץ, געלויבט השי"ת אז ס'פעלט אינז נישט גארנישט מיר האבן ב"ה מכל טוב וטוב מקיים צוזיין די מצוה פון עונג שבת, דער איד הויבט אן זינגען זמירות מיט גרויס דביקות און השתפכות הנפש
מיט א פרייליכע געמיט בעט ער זיין פרוי זאל אים צוברענגן די זופ, באלד קומט די פרוי אריין מיט נאך א לעפעלע בונדלעך און זי זאגט מיין טייערע מאן, עס צו די זעט, און האב הנאה, האב א געשמאק, מיטן גרעסטען אפעטיט, ס'זאל דיר זיס זיין ווי די בעסטע זופ אין פלייש, דער איד עסט די בונדלעך מיט גרויס חשק און זאגט דערויף, מיין טייערע פרוי אזא זופ, אה ווי וואונדערליך, עס עסט זיך אזוי געשמאק, ס'איז מיר זיס ווי האניג, די טעם איז ממש ווי די בעסטע מאכלים.
די איד ווערט דא ממש בגילופין און האט אנגעהויבן זינגען צור משלו אכלנו מיט די גרעסטע שמחה וואס מקען זיך נאר פארשטעלן.
דערנאך זאגט ער פאר זיין פרוי און יעצט מיין טייערע פרוי, לאמיר זיך אריינלאזן אין א טאנץ און זיך פרייען מיטן גרויסן מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געשאנקן דער הייליגער שבת, אזוי האבן זיי געטאנצן פאר א לענגערע צייט "אשרנו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו"
דא האבן די תלמידים זיך שוין נישט געקענט מער איינהאלטן אין האבן אויסגעפלאצט אין געלעכטער פון די אויסערגעווענליכע תמימות פון אט דעם איד, די הייליגע בע"ש איז ווייס געווארן ווי דער וואנט, און האט א פארצווייפלטער זיי געזאגט, זעטס איך האב ענק געבעטן, איך האב ענק געבעטן, וואס האב איך שוין געבעטן, נאר דאס, האלט זיך איין און איר זאלט חלילה נישט לאכן, וואס דאן וואלט איר זוכה געווען צו גאר גאר א גרויסע מתנה.
וואסערע מתנה ? האבן די תלמידים געפרעגט מיטן גרעסטן מאס נייגער און באדויער.
האט זיי די בע"ש געזאגט איך האב געוואלט אויף ענק ברענגן אז עטס זאלטס שפירן כאטש איינמאל אין ענקער לעבן דעם דערהויבענקייט און שמחה וואס דער איד שפירט איעדן שבת, אבער וויי וויי, עטס האט זיך נעבעך אזוי באנאר'ישט און פארשפילט די געלעגנהייט