אראומע 483# סוכות תשצ"ג לפ"ק

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3394 מאל

אראומע 483# סוכות תשצ"ג לפ"ק

שליחה דורך יין שרף »

[justify]זיצט ער זיך און זיין כאטקע איינער אליינס ווי לוט נאך מהפיכת סדום, פרירט פאר קעלט, ווען זיין זוהן פרעגט אים טאטי פארוואס? וואס איז פשט דערפון? אונז באלאנג מיר צו א פאלק - ענפערט די טאטע - וואס האט מיט אסאך יארן צוריק פארמאגט הונדרעטער טויזענטער משפחות, אונז האב מיר געהאט גייסטליכע פירער וואס האבן אונז געפירט אויף זייער מהלך, פארפאלן ווי די פליגן זענען טויזענטער ביז עס איז קיינער פארבליבן דערפון... געציילטע נפשות זענען געבליבן דערפון.... די דאך פון די כאטקע איז געמאכט פון שטרוי, עס איז אונטער די הימל, עס רופט זיך א סוכה, א סוכה! דאס איז אונז געבליבן זכרונות פון דאן...
---------------------------------------------------------------------------------------------------



זיצענדיג אין סוכה מיט א ווארעם שטיקל חלה אין מויל הער איך אזא שטיקל גערודער פון אינדרויסן פונעם סוכה, פארשטייט זיך אז איך האב מיר נישט וויסענדיג געמאכט פונעם קאץ דארט אינדערזייט. אבער נאך אזעלכע צוויי דריי מאל האב איך זיך אנגעגארטעלט מיט קוראדש צו קאנפראנטן דעם קליינעם מחוצף'ל. אנגרייטענדיג מיין קאפל אין די האנט צו פרעקטעסן "קראדי".. גיי איך ארויס אינדרויסן און איך זעה דארט א בחור'ל אין זיינע צוואנציגער יארן וואס וואוינט אין מיין שכינות, זיצט זיך אויפן ערד! און איז פארטוהן מיט עפעס, לכאורה זיין טעלעפאן.. ער האט מיר נישט באמערקט און איך האב מיר געמאכט אשר לא ידע את יוסף'ל און צוריק אריין...
א פאר מינוט שפעטער כאפ איך מיר אז טאקע פון זיין הויז הערט זיך ארויס די שיינע זמירות, און ווי עס הערט זיך, זיצן דארט צוזאמען זיין גאנצע משפחה און ער זיצט דא נעבעך פאר'יתום'ט אליין..

קיין שום שייכות מיט דעם בחור האב איך קיינמאל געהאט, ער איז די סארט וואס קוים קוים אמאל זעט מען אים און שוהל, און דאן אויך איז עס געווענליך נישט ביים דאווענען...
זיינע שפיציגע שיך שיינען ארויס פון זיינע גרויע הויזן א יעדן שבת, מיט זיין גרויסע ברוינע פלעסטיק גלעזער וואס ניטאמאל קוקט עס אויס גוט אויף זיין געזוכט...
פארמאגט די גרעסטע טעלעפאן אין די מארקעט עכ"פ גענוג גרויס צו קאמפיטן די אמאליגע פאבליק פאונס... און ער זיצט זיך דארט איינער אליינס...

איך טראכט צו מיר וואס זוכט די בחור'ל דא ביי מיר??

עכ"פ פראבירענדיג צו פארגעסן דערפון, פרעגט מיר די בני בית וואס איך בין אזוי פארטראכט, זאג איך איר אז די ווייטע-שכן'ס בחור זיצט דא לעבן אונזער סוכה ווי א האומלעס.
פארשטייענדיג אן עסק זאגט זי מיר "רוף אים אריין"!! קיין סאך חשק האב איך נישט געהאט נאכדערצו ווען עס איז איר עצה... אבער דאך גיי איך צו צו דעם בחור און איך האב אים אינווייטעד אריין צו מיר און סוכה פארשטייט זיך ער האט נישט געוואלט און איז געווארן זייער ביזי פלוצלונג אויפן טעלעפאן... אבער מיין ווייב איז נאכגעקומען, זעהט אויס צו טשעקן אויב איך טוה מיין שליחות בנאמנות... און זיך אנגערופן "קום אריין עס א ווארימע טעלער זופ, מיט א קרעפל", ער איז אריינגעקומען! קיין מורא'דיגע שפראך מיט אים האב איך נישט געהאט, אבער מיט מיין ווייב האב איך אויך נישט, און מיט דעם אלעמען קען איך קאמיוניקעיטן מיט איר ;) ... ער האט אפגעגעסן, און שמועסענדיג אביסל מיט אים על דא ועל הא, האט ער פלוצלינג אויסגעבראכן און א געוויין... איך האב אים געפרעגט מיט וואס איך קען אים העלפן, און וואס עס שטערט אים, אבער ער האט זיך אויפגעהויבן און ארויס!! איך בין אים נאכגעלאפן מיט א קליין צעטל מיט מיין סעל נומער, זאגענדיג אויב ער דארף עפעס סיי וואס זאל ער מיר סיי ווען רופן...

ניין! איך ווייס נישט די ביהיינד סטארי דערפון!!!

-------------------------------------------------------------------------------

מורי ורבותי איך שרייב דא מיט טרערן צו ענק!
עס דרייען זיך צווישן אונז אזוי פיל מיטגעמאכטע צובראכענע נשמות!
ניין, זוכט זיי נישט אויף ביים עק ביהמ"ד אונטערן אוויווען, מיט די ברוינע טלית, נישט אים מיין איך.
אויך נישט דער ארימער בעטלער וואס וויינט פאר זיינע חובות.
איך מיין טאקע די וואס דרייען זיך א גאנצן טאג מיטן שמייכל אויפן פנים מיטן טעלעפאן אין די הענט "ביזי"...די חברה'לייט אשר אין להם לא יום ולא לילה...
צו מען וויל זיי רופן נושרים צו פושרים צו פושעים.
וואס דארף מען ווארטן ביז זיי זענען שוין נישט בינינו בגשמיות! וויפל בחורים האט מען אין די לעצטע פאר יאר געהערט וואס זענען אומשילדיגערהייט "פלוצלונג אוועק"??? מי בחרב ומי בתליה, מי בסממנים ומי בשחקים???
וואס דארף מען ווארטן ביז זיי קומען שוין קיינמאל אין ביהמ"ד! אז ווען ער קומט די איינמאל יא זאל מען אים לאכן? זאל מען אים אנשרייען?? זאל מען אים באשייגעצן??? א שמייכל האסטו אים שוין אמאל געשענקט אז דו זאלסט אים באשישקענען אין שוהל?? א גוט ווארט האסטו זיי אמאל געגעבן אז דו זאלסט זיי באשייגעצן אויפן טעלעפאן וואס זיי פארמאגן???

רבותי מיר האבן שוין פארלוירן גענוג!!! מיט יעדן טאג אזוי פארביי פארלירן מיר נאך און נאך!! לאמיר כאפן וואס מיר קענען נאך!!!
מיט סיי וועלכע גוט ווארט מען ווארפט זיי צו, מיט סיי וועלכע שמייכל מען שענקט זיי, קען מען מאכן זייער טאג, יתכן אז עס איז די איינציגסטע גוט ווארט וואס זיי וועלן הערן יענעם טאג! יתכן אז עס איז די איינציגסטע שמייכל וואס ער באקומט פאר די וואך!

אוודאי דארף מען געדענקן די ווארט פון די אהבת ישראל זצ"ל "מ'דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט גוט מיט יעדעם" אבער אז איינער האט א חשד אז זיין גוט מיט אזא איינעם וועט אים אראפשלעפן דארף אנדעם אויך אסאך רוחניות'דיגע הילף...!

עס איז יעצט אשפוזא דאהרן הכהן, ער איז געווען א אוהב את הבריות ומקרבן לתורה! ניין זיין גדולה איז נישט אז ער איז געזעצן אויבן אן צווישן די ריפסענע בעקיטשעס און גלח'ישע העמדער! זיין מעלה איז געווען "אוהב את הבריות! און וועלכע סארט בריות? די וואס זענען ווייט ווייט פון די תורה! זיי האט ער מקרב געווען!
געלאפן האט ער - אנשטאט אויפן אויבן-אן - אין פאליש, אונטערן ביהמ"ד, און דארט מחזק געווען די עולם, און זיי באגאסן מיט הויפענעס אהבה.

אונז האב מיר שוין אזוי סאך פארווארפן בידים לאמיר כאפן וואס מיר קענען נאך, אז נישט וועלן נישט איבערבלייבן קיין שום "הייפעלע אידן מאמינים בה' ובתורתו"...
איך גלייב נישט אז אפילו איין! אזא פרי איז צוריקגעקומען אפי' למחצה לשליש ולרביע פון נעגעטיוויטי! און דורך פאזעטיווע וועגן איבערצייגט מען זיך כסדר אז יא.

בטוח אני! אז אלע וואס טשעפענען די אלע נושרים, און טאקע נאר "פארן באשעפער'ס וועגן" וועלן עס נאך איבערלעבן אויף די אייגענע הויט! אם בבנים אם בבני בנים! די וועלט איז נישט קיין שפיל און אלקים יבקש את הנרדף.

די גמרא דערציילט אונז, אז ווען די רשע האט געפרעגט רבי עקיבא וויאזוי אונז מעגן שפייזן עניים, די אייבישטער האט זיי דאך געשטראפט, ווי קען מיר אונז טוהן אנקעגן די רצון ה'?
האט ער גענפערט מיט א משל אז א קעניג האט זיך זייער אויפגערעגט אויף זיין זוהן, און אים אריינגעשליידערט אין טורמע, און האט באפוילען אלע זיינע קנעכט אז מען זאל אים נישט שפייזן, און איינער איז געגאנגען אנקעגן די באפעל און יא געשפייזט די בן מלך, אוודאי וועט זיך די מלך פרייען אז ער האט געראטעוועט זיין זוהן, און ער וועט אים באצאלן כפלי כפלים מיט מתנות.
טייערע חברים מיט איין גוט ווארט, מיט איין שמייכל, מיט איין דבר חיזוק קען מען ראטעווען אונזער אייגן ברודער! א טייערע אידיש נפש! ברוחניות, און אזווי אויך צומאל בגשמיות! כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא! אוודאי וועט אונז די אייבישטער באצאלן כפלי כפלים מיט מתנות טובות יעדער מיט וואס ער דארף.

לאמיר זיך אלע מקבל זיין טאקע ווען די אוהב שלום קומט אריין צו אונז אין די סוכה, צו עקסעפטן אלע קינדער פונעם רבונו של עולם מיט אנקאנדישינעל לאוו, באשר הוא שם, אולי ירחם ה' אויף זיי, און אזוי אויך אונז וועט הקב"ה עקסעפטן נישט קיין חילוק וויאזוי מיר זעהן אויס[/justify]
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר